האד' מקאשוי באזוכט ביי אחיו הגדול הגה"צ ר' שמואל מאיר בלום שליט"א לרגל די התמנות אלס גאב"ד קרית קאשוי
- לפני 14 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאנגענע וואך מיטוואך איז כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א אנגעקומען אין קרית קאשוי אין בעדפארד היללס אויף א באזוך ביי אחיו הגדול הגה"צ ר' שמואל מאיר בלום שליט"א, גאב"ד קרית קאשוי, לרגל די התמנות אלס מרא דאתרא אינעם שטעטל, למלאות מקום אביו ואחיו, און צו פירן די עדה הקדושה, די צענדליגע משפחות תושבי העיר.
ביים באזוך זענען אויך געווען אנוועזנד עטליכע פון די ראשי וטובי הקהל. דער רבי האט צוערשט געוואונטשן מזל טוב פאר'ן ברודער דער רב שליט"א, און דערנאך זיך אריינגעלאזט אין א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים איבער דעם כח און דער עול הרבנות לעמוד ולשרת. מ'האט אויך ארומגערעדט איבער'ן יום טוב ט"ו אב און מנהגי קודש ארום דעם גרויסן טאג.
צום שלוס האט מען אריינגעברענגט כיבוד ומזונות, פירות און וויין. די רבי'ס האבן טועם געווען און זיך געוואונטשן לחיים, און דער רבי שליט"א האט מאציל געווען ברכת קדשו פאר'ן ברודער צו האבן סייעתא דשמיא מיט די הנהגה, און אז זכות אבותיו זאלן אים ביישטיין אין אלע זמנים, למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל. דערנאך האט מען זיך איינגעשפארט ביחידות עטליכע מינוט, ונפרדו לשלום.





