התרגשות'דיגער מעמד "חומש סעודה" דורך 550 תלמידי כתה א' פון מוסדות קרית יואל
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט
א גאר התרגשות׳דיגער מעמד "חומש סעודה" איז די וואך זונטאג אפגעהאלטן געווארן אין קרית יואל, ווען די 550 תלמידי כתה א׳ פון אלע אפטיילונגען אין די מוסדות אין קרית יואל, זענען געווען פארזאמלט תחת קורת גג אחד צום פרייליכן מאמענט ווען מ׳האט בעזהשי״ת שוין פארענדיגט דעם לימוד הא״ב ועברי, און מ׳האט שוין אנגעהויבן צו לערנען די פסוקים פון חומש ויקרא — "ויבואו טהורים ויתעסקו בטהורים".
די תלמידים האבן פארגעזינגען הערליכע חרוזים לכבוד דעם מעמד אין באגלייטונג פונעם חשוב׳ן מנהלים. דער הויכפונקט איז געווען ווען איינער פון די טייערע תלמידים האט פארגעזאגט די פסוקים פון "ויקרא" וואס אלע תלמידים האבן נאכגעזאגט בקול רם.
ספעציעל אט איבערגענומען ווען די קינדער האבן פארגעזינגען דעם סדר היחוס פון די צדיקי בית סיגוט, אנגעהויבן פון כ״ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א ביז ארויף לבתי אבותיו הק׳ ולמעב״ק די צדיקים מאורי החסידות דור אחר דור, ביז צום בעל שם טוב הק׳ זי״ע.
דער רבי שליט״א האט דערנאך געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש, ער האט געוואונטשן אז די קינדער זאלן גיין ווייטער און ווייטער צו תורה שבכתב און תורה שבעל פה, מיט א ברכה מיוחדת פאר די כלי קודש און חברי הנהלה צו קענען ממשיך זיין בעבודת הקודש.
דאן זענען די קינדער דורך כבני מרון און דער רבי שליט״א האט יעדן עקסטער איבערגעגעבן די מתנה מיוחדת — א הערליכער "קריאת שמע ליינער" ספעציעל ערצייגט פאר די תלמידים.
א רירנדער מאמענט איז געווען ווען די תלמידים האבן צוזאמען געליינט "קריאת שמע" פונעם נייעם קריאת שמע־ליינער, פארגעליינט דורך איינע פון די מלמדים. דערנאך האבן די קינדער זיך אויפגעשטעלט טאנצן ארום, און דערמיט איז געשלאסן געווארן די געהויבענער מעמד.
































































































