top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גדולי ישראל געשריבן אותיות אין אייגנארטיגע ספר תורה געשאנקן פאר אידישע ביליאנער אלבערטא ספרא

  • לפני 25 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א סעריע מעמדים צום בר מצווה פון א זון פונעם בראזיליאנער ביליאנער און תומך ומוקיר תורה אלבערטא סאפרא מגדולי תומכי תורה בדורנו. די רייכע מעמדים האבן צוזאמברענגט גדולי ישראל, עסקנים און מנהלי המוסדות וועלכע געניסן פון זיינע ברייטהארציגע שטענדיגע שטיצע.


צווישן די געשאנקן צום בר מצווה איז געווען א גאר מהודר׳דיגע ספר תורה וואס הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט''א ראש ישיבת עטרת שלמה האט געלאזט שרייבן לכבודו פונען נדיב. די לעצטע אותיות פונעם ספר תורה זענען געשריבן געווארן דורך גדולי ישראל און זייער פערזענליכע ברכות צום ביליאנער איז געווארן איינגעקריצט אינעם ספרדישע ספר תורה האלטער.


אינצווישן די גדולי ישראל וועלכע האבן אריינגעשריבן אותיות זענען געווען דער פסוק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א, האדמו''ר רבי דוד אבוחצירא שליט''א, הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט''א און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט''א ראשי ישיבת סלאבאדקא, דער משגיח הגאון רבי דן סגל שליט''א, דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט''א, דער זקן ראשי הישיבות הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן שליט''א און נאך פילע גדולי ישראל פון די ליטווישע און ספרדישע קרייזן.


 אינאיינעם מיט דעם איז מיטגעקומען א מיניטשור אויסשטעלונג פון די טייערסטע ארון הקודש אין די וועלט וואס געפונט זיך אין ישיבת עטרת שלמה, אלס געשאנק פון די ישיבה נעץ פארן ביליאנער וועלכער האלט אויס די ישיבה מיט זיינע גרויסע ביישטייערונגען.



bottom of page