top of page


השתדלו והרבו תחינה: האד' מצאנז בארא פארק אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים
זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם ווערן געבעטן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א פון בארא פארק, וועלכער געפונט זיך ליידער על ערש דוי אין א שווערן מצב, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים. דער רבי שליט"א וועלכער איז א זון פון כ"ק אדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל, מוטשעט זיך ליידער עטליכע יאר מיט די ביטערע מחלה ה"י, און איז שוין אפגעשוואכט א לאנגע צייט, דורכאויס די לעצטע תקופה


שיינעם ציבור חסידים און מעריצים ביי שמחת החתונה בבית פשעווארסק - זלאטשוב - יבניאל
זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת החתונה פון די חתן ערשטע אור אייניקל בן אחר בן ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, אייניקל פון זיין זון הרה"צ ר' שמואל שמעלקא לייזער שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ שמעון שלמה לייזער שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יהודה פרענקל שליט"א אב"ד זלאטשוב בני ברק, זון פון הגה"צ ר' סיני מאיר פרענקל שליט"א גאב"ד יבניאל, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זימיגראד זצ"ל בעל ארי' שאג, די שמחה איז פארגעקומען אין זאל היכלי מלכות אין בני


נועם הנשמות: האד' מצאנז קלויזענבורג געפראוועט שבת עילאה אין עיר הקודש צפת מיט קהל חסידיו פון ארה"ק
זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אויסטערלישע התרוממות הנפש האבן הונדערטער חסידי צאנז קלויזענבורג תושבי ארצנו הקדושה, זוכה געווען מיטצולעבן דעם געהויבענעם שבת שכולו אורה בצילא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אין עיר הקודש צפת. לכבוד דעם גרויסן שבת איז ארויסגעדינגען געווארן דעם ריזיגן "תומר דבורה" קאמפלעקס, וואו עס זענען אהערגעשטעלט אכסניות פאר די הונדערטער געסט צו קענען איינשטיין מיט הרחבת הדעת, צוזאמען מיט א רחבות'דיגן היכל ביהמ"ד און היכ


האד' מדושינסקיא רעכט אפ לענגערע באזוך אין "גלאט עוף" שעכט הויז שע"י העדה החרדית
מוצאי שבת פ' שופטים • א' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: שלומי טריכטער פארלאפענעם זונטאג פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די בארימטער "גלאט עוף" פירמע שע"י העדה החרדית, קובע צו זיין א מזוזה אינעם נייעם פליגל פונעם שעכט הויז און באטראכטן פון די נאנט די סדרי הכשרות און הידורים וואס ווערן אהערגעשטעלט מיט די העכסטע סטאנדארטן. ביים אנקומען פונעם רבי'ן שליט"א האבן די ראשי וועד השחיטה, הרה"ג רבי סענדר אבערפעלד שליט"א מרבני וועד השחיטה, צוזאמען


בני ברק: שמחת הבר מצוה אין הויפן פון זוטשקא - שאץ - קרית הבעש"ט
מוצאי שבת פ' שופטים • א' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש קרעדיט: משה גולדשטיין דעם פארגאנגענעם ליל שישי, אור לכ"ד אב, איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"ג רבי נפתלי צבי מוטצען שליט"א, דומ"ץ זוטשקא, בן הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען שליט"א, גאב"ד קרית הבעש"ט, איידעם ביי הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז זצוק"ל. די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול זוטשקא אין בני ברק. א באזונדערע התרגשות האט געהערשט ביים שמחה, זייענדיג די ע


סעודת הילולא רבתי לרגל צווייטע הילולא פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק"ל וועט אפגעראכטן ווערן אין וויליאמסבורג
מוצאי שבת פ' שופטים • א' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי סקולען אפצוצייכענען די צווייטע הילולא פונעם איש צדיק תמים ונשגב, כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל בעל ישועות יעקב, וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן דינסטאג, ה' אלול. דער סקולענער רבי הרה"ק רבי ישעי' יעקב זצ"ל איז געווען נודע בשערים מיט זיין געהויבענע עבודה, וואס האט פארגעשטעלט דעם דמות פון די פריערדיגע צדיקי אמת, במשך די יארן וואס דער רבי איז געשטאנען בראש הנהגת העדה, האבן מאסן אידן זיך געקלאמ
bottom of page
