top of page


ווידיאו • האד' מבאבוב 45 באזוכט ביי האד' מסאטמאר אין קרית יואל
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


פילע הונדערטער ביי לויות פון הרה"ג ר' צבי זאב בערגער זצ"ל דומ"ץ בק"ק צאנז קלויזענבורג ומגדולי מורי הוראה אין ב"פ
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי פילע חסידי צאנז קלויזענבורג, בני המשפחה און גוטע פריינד האבן פארלאפענעם ליל שישי באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק הגאון רבי צבי זאב בערגער זצ"ל, דומ"ץ חסידי צאנז קלויזענבורג, וועלכער איז פאריגע וואך דינסטאג ליידער טראגיש אוועקגעריסן בדמי ימיו, שקעה חמה שלא בעונתה אין בליענדן עלטער פון בלויז דריי און פערציג יאר, זייענדיג אויף אפרוה אין שווייץ, איבערלאזנדיג די קהילה קדושה און פילע תלמידים ושומעי


בקשו רחמים: האד' מביאלא אוסטרובא שפיטאליזירט אין מאנהעטן אין ערנסטע געזונט צושטאנד
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס זארג ווערט אויפגענומען די בשורה לא טובה אז כ"ק האדמו"ר מביאלא אוסטרובא שליט"א, וועלכער געפינט זיך יעצט אין אמעריקע, איז שפיטאליזירט אין אן ערנסטע געזונט צושטאנד, און איז אנגעוואנדן אין רחמי שמים מרובים. דער רבי שליט"א וועלכער איז א זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק זצ"ל בעל להבת דוד, האט ליידער אינעם עבר אסאך מיטגעמאכט, נאכן פארלירן זיין אשת נעורים און צוויי פון זיינע קינדער וועלכע זענען פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן


האד' מפינסק קארלין געעפענט דעם אלול זמן אין ישיבה גדולה פינסק קארלין אין בני ברק
זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שימי פ,JDN פארגאנגענעם מיטוואך נאכמיטאג, ערב ראש חודש אלול, איז כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די נייע פינסק קארלינער ישיבה גדולה אין שטאט בני ברק, וואס ציילט שוין היינט קרוב צו הונדערט תלמידים כן ירבו. דער רבי שליט"א האט זיך צוערשט ארומגעדרייט בשעת'ן סדר אינאיינעם מיט די מנהלי הישיבה, און מיט גרויס קורת רוח מיטגעהאלטן די סדר הלימודים. דערנאך האט מען געדאוונט תפילת מנחה און יום כיפור קט


הונדערטער באגלייטן למנוחות כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל ביי הארצרייסנדע לוויה אין וויליאמסבורג
זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט פארקלעמטע הערצער און טיפן צער האבן מאסן חסידים, אנשי מעשה, אדמורי"ם ורבנים באגלייט למנוחת עולמים דעם ארון פון האי גאון וצדיק, רועה נאמן לעדתו, כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצוק"ל, וועלכער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין עלטער פון בלויז אכט און פופציג יאר. א שווערע אבלות און אומבאשרייבליכער טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויף די גאסן פון וויליאמסבורג, ווען הונדערטער חסידים ומעריצים האבן באלאגערט דעם ספינקא בית המדרש אויף


ופרצת ימה וקדמה: ערשטמאליגער באזוך פון האד' מדאראג אין נייעם ישוב דחסידי דאראג אין שטאט עמנואל
זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אומבאגרעניצטע התרגשות האבן די חשובע אינגעלייט חסידי דאראג, די פרישע תושבים פונעם נייעם און בליענדן חסידישן ישוב אין עמנואל, מקבל געווען פני קדשו פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף אן ערשטמאליגן באזוך בתוככי הישוב, אריינצובלאזן א חיות דקדושה אין די חסידים וואס האבן זיך אהינגעצויגן אוועקצושטעלן זייערע בתים נאמנים לה' ולתורתו. ווי שוין ברייט באריכטעט מיט ארום א יאר צוריק, האט ק"ק דאראג אונטערגענ
bottom of page
