top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער באגלייטן למנוחות כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא זצ"ל ביי הארצרייסנדע לוויה אין וויליאמסבורג

  • לפני 14 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט פארקלעמטע הערצער און טיפן צער האבן מאסן חסידים, אנשי מעשה, אדמורי"ם ורבנים באגלייט למנוחת עולמים דעם ארון פון האי גאון וצדיק, רועה נאמן לעדתו, כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא זצוק"ל, וועלכער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין עלטער פון בלויז אכט און פופציג יאר.


א שווערע אבלות און אומבאשרייבליכער טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויף די גאסן פון וויליאמסבורג, ווען הונדערטער חסידים ומעריצים האבן באלאגערט דעם ספינקא בית המדרש אויף וואלווארט סטריט, צו באגלייטן דער געהויבענער מנהיג, וואס האט מיט זיין אצילות און איידלקייט אריינגעברענגט א ווארעמקייט אין יעדן אידישן הארץ, און איז אזוי פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן בשיא פריחתו.


נאך אמירת פרקי תהילים בהתעוררות רב, האט זיך אנגעהויבן די סדר ההספדים, צווישן די ווענט אין ביהמ"ד וואס זענען דורכגעווייקט מיטן רבינ'ס עבודת הקודש, צוערשט האבן אויפגעטרעטן די חשובי רבנים, בני המשפחה, און צום לעצט די חשובע קינדער. 


צום ערשט האט מספיד געווען הרה"ג רבי שאול יחזקאל רייכמאן שליט"א מחשובי חסידי ספינקא, און דערנאך האבן מספיד געווען די חשובע פעטער'ס כ"ק גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקליוולאנד שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מדזשיקוב מאנסי שליט"א.


דערנאך זענען געהערט געווארן די הספדים פון די חשובע ברודערס און שוואגערס, אחיו כ"ק אדמו"ר מספינקא מאנסי שליט"א, אחיו כ"ק אדמו"ר מזאבליטוב שליט"א, גיסו כ"ק אדמו"ר מוויען פלעטבוש שליט"א, גיסו כ"ק אדמו"ר מסעליש שליט"א, און גיסו הגה"צ רבי ברוך האגער שליט"א אבד"ק ברכת משה בית שמש וראש הכוללים דקרעטשניף אין נאמען ק"ק קרעטשניף.


באזונדער האבן מספיד געווען מחותנו כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, מחותנו הגה"צ רבי ישראל שנעעבאלג שליט"א אבד"ק טשערנאוויץ בארא פארק, און דערנאך דער גבאי הביהמ"ד הרה"ח רבי מאיר צבי הכהן פראנצויז הי"ו וואס האט מספיד געווען אויפן גאס זייענדיג א כהן. בתוך דבריו האט ער פארגעליינט די צוואה און מכתיר געווען די קינדער ממשיכי דרכו בקודש ווי באזונדער באריכטעט.


צום לעצט האבן מספיד געווען די חשובע קינדער, בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי דוד משה הורוויץ שליט"א אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא, בנו כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי יואל הורוויץ שליט"א, און בנו כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי שמואל צבי הורוויץ שליט"א.


דורכאויס די הספדים האבן די מספידים ארויסגעברענגט די הויפט יסודות און געהויבענע שטריכן פון דעם רבינ'ס לעבן און שאפן, ספעציעל האבן אלע מספידים ארויסגעהויבן זיין אויסטערלישע דביקות און ביטול צו זיין גרויסן זיידן הרה"ק מספינקא זי"ע, און זיין שטארקע התקשרות, גייענדיג אלעמאל בדרכי אבותיו אן קיין שום שינוי.עקסטער איז ארויסגעהויבן געווארן זיין זעלטענע פשטות, די ענוות חן און מדות טובות וואס האבן אים באצירט, און זיין געטריישאפט און מאור פנים צו יעדן נשבר ונדכה זייענדיג אן אב רחום פאר אלעמען, און די גבורה מיט וואס ער האט מקבל געווען די שווערע יסורים באהבה בימי חליו, ווען טראץ די פלאגענישן ה"י האט ער ממשיך געווען זיין עבודת הקודש בצלילות הדעת ביז זיינע לעצטע רגעים.נאך די הספדים אין ביהמ"ד איז די מיטה באגלייט געווארן ברחובה של עיר ביז ביהמ"ד סעליש, וואו מען איז ארויפגעגאנגען אויף די באסעס צום בית החיים אין ניו דזשערזי. צווישן די מלווים האבן זיך אנגעזען פילע אדמורי"ם ורבנים צווישן זיי זיין גרויסער שווער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, די חשובע פעטערס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א,  כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א, הגה"צ אב"ד פאלטישאן וויליאמסבורג שליט"א, הגה"צ אב"ד קראלי מאנסי שליט"א, און אזוי אויך האדמורי"ם מקוויאשד, גאלאנטא, סקאליע, חוסט און באראוו.


אויפן פעלד אין ניו דזשערזי, זענען געהערט געווארן נאך הספדים דורך שאר בשרו וידידו הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א, גיסו הרה"ג רבי הירצקא בערגער שליט"א ראש כולל ספינקא, בן אחותו הגה"צ רבי דוד משה ראזענבוים שליט"א אב"ד תפילה למשה קרית יואל, און דער משמש בקודש הרב בעריש לאנדא הי"ו בשם קהילת ספינקא אין וואודרידזש.


דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה אינעם נייעם חלקה נישט ווייט פונעם ספינקא אהל, מקום מנוחת אבותיו הקדושים, און נאכן סתימת הגולל און קדיש האט מען מנחם געווען די אבלים צווישן די שורות,כנהוג.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.



תגובות


bottom of page