האד' מפינסק קארלין געעפענט דעם אלול זמן אין ישיבה גדולה פינסק קארלין אין בני ברק
- לפני 11 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שימי פ,JDN
פארגאנגענעם מיטוואך נאכמיטאג, ערב ראש חודש אלול, איז כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די נייע פינסק קארלינער ישיבה גדולה אין שטאט בני ברק, וואס ציילט שוין היינט קרוב צו הונדערט תלמידים כן ירבו.
דער רבי שליט"א האט זיך צוערשט ארומגעדרייט בשעת'ן סדר אינאיינעם מיט די מנהלי הישיבה, און מיט גרויס קורת רוח מיטגעהאלטן די סדר הלימודים. דערנאך האט מען געדאוונט תפילת מנחה און יום כיפור קטן, און דאן האט דער רבי שליט"א זיך געזעצט צו א מסיבת לחיים וואס האט זיך אריינגעצויגן אין די נאכט אריין, אין ראש חודש אלול, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פאר די תלמידי הישיבה, און הדרכות ישרות לרגל פתיחת הזמן און איבער די ריכטיגע הכנה צו די ימי הרחמים והסליחות.
דערנאך האט דער רבי געדאוונט מעריב אין ישיבה און די בחורים זענען דורך מקבל זיין ברכת קדשו צום נייעם זמן.












תגובות