top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ופרצת ימה וקדמה: ערשטמאליגער באזוך פון האד' מדאראג אין נייעם ישוב דחסידי דאראג אין שטאט עמנואל

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט אומבאגרעניצטע התרגשות האבן די חשובע אינגעלייט חסידי דאראג, די פרישע תושבים פונעם נייעם און בליענדן חסידישן ישוב אין עמנואל, מקבל געווען פני קדשו פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף אן ערשטמאליגן באזוך בתוככי הישוב, אריינצובלאזן א חיות דקדושה אין די חסידים וואס האבן זיך אהינגעצויגן אוועקצושטעלן זייערע בתים נאמנים לה' ולתורתו.


ווי שוין ברייט באריכטעט מיט ארום א יאר צוריק, האט ק"ק דאראג אונטערגענומען דעם היסטארישן שריט אוועקצושטעלן א קהילה נאה וחסידה אין דעם נייעם ישוב, זייענדיג די ערשטע דאראגער קהילה אינדרויסן פון בני ברק. אין די קורצע תקופה האבן שוין א שיינע צאל אינגעלייט מסלתה ומשמנה פון די קהילה זיך איינגעהאנדלט דירות אינעם שטעטל און זיך דארט באזעצט, ועוד היד נטויה צו מרחיב זיין די גבולים בס"ד.


אצינד האט דער רבי שליט"א אויסגעדריקט רצון קדשו פערזענליך צו קומען באזוכן בקרב הקהילה, מחזק זיין די תושבים און צוזען פון דער נאנט די וואוקס פונעם נייעם קהילה.


דעם ליל שישי האט דער רבי שליט"א מופיע געווען בשערי העיר צום ערשטן מאל זינט דעם יסוד הקהילה, וואו די חשובע אינגעלייט האבן אויפגענומען דעם רבי'ן בשירה וזמרה און זענען דורך שלום נעמען בבואו לחון את פני העיר. אויך האבן אפגעווארט דעם רבי'ן דער מעיאר פון שטאט ר' אליהו גפני הי"ו, ווי אויך הגאון רבי משה אברהם גולינסקי שליט"א רב ק"ק סלונים אין עמנואל און אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א.


דער רבי שליט"א איז אריין אין שטוב פון איינער פון די יונגעלייט מתושבי המקום, וואו מען האט געדאוונט תפילת מעריב ברוב עם. תיכף נאך מעריב האט זיך דער רבי שליט"א געוואשן צום סעודת ראש חודש און מעריך געווען שולחנו הטהור אינאיינעם מיט אלע חברי הקהילה, זייערע עלטערן, און די געטרייע עסקנים וואס זענען איינגעלאדנט געווארן צום מעמד.


בשעת די סעודה האט הגאון רבי מרדכי קאסטעליץ שליט"א, וועלכער דינט אלס מורה דרך פון די נייע קהילה, געמאכט א סיום מסכתא וואס די אינגעלייט חברי הקהילה האבן ספעציעל מסיים געווען לכבוד דעם גרויסן באזוך, דער רבי שליט"א האט געוואנטשן לחיים פארן גאנצן עולם און משמיע געווען מדברות קדשו, מיט לענגערע דברי התעוררות והדרכה לקראת די ימי הרחמים והרצון הממשמשין ובאין. 


נאכן טיש זענען די יונגעלייט אריין איינציגווייז צום רבי'ן זיך וואונטשן פערזענליך, וואו דער רבי שליט"א האט זיך באזונדער נאכגעפרעגט ביי יעדן איינעם און מאציל געווען ברכות קדשו לרוב.


דערנאך האט דער רבי שליט"א ארויסשפאצירט אין ריכטונג פונעם ביהמ"ד וואו די יונגעלייט האבן קובע געווען מקום לתפילתם אין די לעצטע תקופה, וואס האט לאנגע יארן געדינט אלס בית החסידים דגור. אונטערוועגנס בכניסתו וביציאתו האט באגלייט דעם רבי'ן דער מעיאר ר' אליהו גפני הי"ו, וועלכער האט ארומגעוויזן דעם רבי'ן אינעם בנין הביהמ"ד און אין די ארומיגע שטחים, און געשילדערט א דעטאלירטן באריכט איבער די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה אין שטאט, איבער דעם שטארקן בליה און וואקס בכמות ובאיכות אין די מוסדות התורה און די חסידישע קהילות אין שטאט, און פארשפראכן שטיין לימין הקהילה צוצושטעלן בקרוב א משכן קבע פאר די דאראגער קהילה און צו באזארגן אלע צרכי הקהילה כראוי וכיאות.


באזונדער האט דער מעיאר געשילדערט די היסטאריע פונעם בית המדרש זעלבסט, וואו די צדיקי בית גור, דער לב שמחה און דער פני מנחם האבן דארט עטליכע מאל באזוכט. דער רבי שליט"א האט אויסגעדרוקט גרויס קורת רוח איבער די אנטוויקלונג פון די חרדישע ישוב אין שטאט, און אנגעוואנטשן די חברי הקהילה און די אלע עסקנים און נדיבים וואס געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר דעם בליה פונעם ישוב, עס זאל ווייטער וואקסן און בליען ביתר שאת ועוז.



תגובות


bottom of page