top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בני ברק: שמחת הבר מצוה אין הויפן פון זוטשקא - שאץ - קרית הבעש"ט

  • לפני 12 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי שבת פ' שופטים • א' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם פארגאנגענעם ליל שישי, אור לכ"ד אב, איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"ג רבי נפתלי צבי מוטצען שליט"א, דומ"ץ זוטשקא, בן הגה"צ רבי אפרים פישל מוטצען שליט"א, גאב"ד קרית הבעש"ט, איידעם ביי הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז זצוק"ל. די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול זוטשקא אין בני ברק.


א באזונדערע התרגשות האט געהערשט ביים שמחה, זייענדיג די ערשטע שמחה אינעם זוטשקא רבינס הויף, פארצוקומען אין דעם נייעם און פראכטפולן ביהמ"ד הגדול.


אין די באשטימטע צייט זענען ערשינען די זיידעס, כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א און מחותנו גאב"ד קרית הבעש"ט שליט"א, אינאיינעם מיטן בר מצוה בחור. א קורצע צייט שפעטער איז אויך אנגעקומען דער זיידע, כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א.


במשך די שמחה האבן זיך אויך באטייליגט א גרויסער ציבור חסידי צאנז פון בני ברק, בראשות דעם גרויסן פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען מלובש בבגדי שבת און א לענגערע צייט פארברענגט ביי די שמחה.


תיכף ביים ערשיינען האט אים כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א מקבל פנים געווען און אים געזעצט נעבן דעם בר מצוה בחור. בנוכחותו האט דער בר מצוה בחור פארגעזאגט דעם פשעטל כנהוג במשך א לענגערע צייט, אן דעם וואס מ'האט אריינגעזינגען כנהוג.


אויך האבן זיך במשך די שמחה באטייליגט די פעטערס: כ"ק אדמו"ר מזוטשקא אמסנא שליט"א, הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא שליט"א, אב"ד צאנז בני ברק, הרה"צ רבי אברהם הלברשטאם שליט"א, אב"ד צאנז טבריה, הרה"צ רבי מאיר משולם הלברשטאם שליט"א, הרה"ג רבי יחזקאל דרברמדיקער שליט"א, רב דקהל באיאן מודיעין עילית ושכונת מתחם הסופרים, הרה"ג רבי אברהם צבי הכהן שליט"א, רב דקהל חסידים שיכון ה', הרה"ג רבי שלמה זאלצמאן שליט"א, רב נווה ירק, הרה"ג רבי נפתלי צבי לייפער שליט"א, רב ביהמ"ד צאנז ברחוב רב אשי בבני ברק, הרה"ג רבי אליעזר נייהויז שליט"א מדייני וויזניץ, און נאך פילע רבנים ואישי ציבור חשובים.



תגובות


bottom of page