top of page
כי בא אור"ך: געהויבענער שבת אין אנטווערפען מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי אנטווערפען האבן געהאט די זכי און הנאה של קדושה מיטצולעבן א געהויבענעם רוחניותדיגן שבת במחיצת כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט. מידי שנה בשנה קומט דער רבי שליט"א מאציל זיין מהודו צווישן די תושבי העיר. אויך הי יאר איז דער געהויבענער שבת פארוואנדלט געווארן אין א קוואל פון חיזוק פאר תושבי אנטווערפן וואס האבן געשטראמט אין די מאסן צום בית רחל זאל מיטצוהאלטן די געהויבענע ת


מעמד הדלקת נרות חנוכה ביי האד' מבאסטאן ביתר | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש


וְקָבְעוּ שְׁמוֹנַת יְמֵי חַנוּכָּה • יום טוב חנוכה בחצר הקודש ביאלא
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


חותן המלך: האד' מלעלוב רעכט אפ מסיבת לחיים לכבוד הילולא קדישא פון חותנו הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל ג' דחנוכה
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי פריינד,JDN לכבוד די הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל בעל דברי אמונה ביום כ''ז כסליו דעם דריטן טאג חנוכה, האט חתנו כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א מעריך געווען א שולחן לחיים ברוב עם, בבית מדרשו אין שטאט בארא פארק. דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד נאכן הדלקת נרות חנוכה וואס די רבי האט אפגעראכטן בביתו נאווה קודש. די רבי האט צוערשט געצינדן ליכט און אנגעהויבן א ניגון שמחה. דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן


שיינעם ציבור ביי יערליכע מלוה מלכה לטובת ביהמ"ד בית יוסף דאמבראווא אין בארא פארק
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברמי בערגער,JDN דעם מוצאי שבת איז כמידי שנה בשנה אפגעהאלטן געווארן די יערליכע מלוה מלכה לטובת ביהמ"ד בית יוסף דאמבראווא אין בארא פארק בנשיאות כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א וועלכער פירט אן ווייטער דעם בית המדרש פון אביו כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, און איז משפיע פאר אידישע קינדער תורה וחסידות במדה גדושה. בראש המסובים ביי די מסיבה של מצוה האבן זיך משתתף געווען פילע רבני העיר ובראשם די צוויי שוואגערס פונעם דאמבראווא רבי'ן,


מעמד רצונו של צדיק צום הילולא פון הגה"ק משינאווא זי"ע נעמט צונויף מאסן תושבי קרית יואל לטובת כולל חיבת ירושלים
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש ריזיגער ציבור פילט איבער דעם זאל מער ווי אַלע יאָרן – טראץ די פילע צוגעלייגטע טישן איז אַ גרויסער עולם געצווינגען צו שטיין רינגס אַרום אַלע זייטן – פילפאַכיג-געהויבענער געלט-שטיצע קומט אַריין למען צדקת הצדיקים אַ נאַכט פאר חסידים ואנשי מעשה מיט דערהויבענקייט און רייכקייט אַ ריכטיגער חסידישער מלוה מלכה וסעודת הילולא וואָס אלע באטייליגטע האבן שוין לאנג-נישט מיטגעלעבט - א נאכט פון הנאה'דיגסטן פארצייטישן-נגינה מחצרות קדושי עליון – הארצי


לְךָ נָאֶה לְשַׁבֵּחַ • מעמד הדלקת נרות חנוכה בחצר הקודש סקולען וויליאמסבורג
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


תושבי מעלבארן באגלייטן למנוחות הרבנית מרת בילא בעק ע"ה אלמנת הגה"צ גאב"ד מעלבארן זצ"ל
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי מעלבארן אוסטראליע האבן דעם זונטאג פארמיטאג אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביים מסע הלוויה פון די חשובע רעבעצין הרבנית מרת בילא בעק ע"ה, אלמנת כ"ק הגה"צ רבי אברהם הערש הלוי בעק זצ"ל גאב"ד דקהל עדת ישראל מעלבארן און בעל ויצב אברהם וועלכע איז דעם לעצטן שבת קודש נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון ניינציג יאר. טראץ וואס אין אוסטראליע האלט מען אצינד אין סאמע ברען פונעם זומער סעזאן און פילע איינוואוינער געפונען זיך אויף די בערג


יום טוב חנוכה בחצר הקודש ניקלשבורג | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי פריינד,JDN


הדלקת נרות חנוכה אין קרית יואל דורך האד' מווערדאן פון בארא פארק
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם פארלאפענעם דאנערשטאג ליל ה׳ דחנוכה האבן צענדליגער חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן דעם דערהויבענעם "הדלקת נרות חנוכה" בראשות האדמו"ר מווערדאן שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען קיין קרית יואל מדליק זיין די נרות חנוכה. דער מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד זכרון צבי ד'ספינקא וואו א גרויסער ציבור איז זיך צאמגעקומען דאס מיטצוהאלטן. דער רבי שליט"א האט געצונדן די נרות מיט גרויס ברען. דערנאך האט דער ציבור געזונגען ווארעמע ניגונים א


בארא פארק: שמחת הברית פון הרך הנולד אור אייניקל ביי האדמור"ים מבאבוב 45 און סטריזוב
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י דעם אנהייב וואך איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, א אייניקל ביי חתנו הרה"צ ר' שמחה רובין שליט"א מנהל רוחני בישיבת אור ישראל בן הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב שליט"א און אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר הישיש מסטריזוב שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען במעונו פונעם עלטער זיידן דער סטריזובער רבי אין בארא פארק, נאכגעפאלגט מיט די סעודת מצוה אינעם בנין ביהמ"ד הגדול באב


געהויבענער שבת מיט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין אתרא קדישא מירון בצל כנפיו פון התנא רשב"י
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד מלכה, מ. אדלער,JDN א שיינעם שבת איז געפראוועט געווארן די וואך פרשת ויגש בצל הקודש פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אין אתרא קדישא מירון אינאיינעם מיט א גרויסן קבוצה תלמידים וחסידים וועלכע האבן ווי יאר יערליך מיטגעהאלטן דעם שבת עילאה במחיצתו פונעם רב שליט"א, א שבת שכולו עונג רוחני בצל כנפיו פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. ערב שבת האט דער רב שליט"א געדאוונט תפילת מנחה ביים קבר התנא רבי יוחנן הסנדלר און דערנאך איבערגעגעב


אלפי בני ציון תלמידי תלמוד תורה ד'באבוב פייערן הכנסת ספר תורה לעי"נ הנגיד ר' לייבל רובין ע"ה בונה ומקים הת"ת
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און עקסטאז האבן אלפי בני ציון היקרים תלמידי תלמוד תורה בני ציון ד'באבוב מיטגעהאלטן א געהויבענע מעמד אדיר ומרומם הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום בנין התלמוד תורה, נדבת משפחת רובין המעטירה, קינדער פון הרבני הנגיד המרומם ר' לייבל רובין ע''ה מגדולי תומכי בית באבוב און בונה ומקים פונעם בנין התלמוד תורה הנקרא על שמו בנין לייבל רובין. שוין עטליכע וואכן וואס די קינדער גרייטן זיך בהכנה דרבה צום גרויסן מעמד און אין


הֶעֱלָה נֵרֹתֶיהָ • יום טוב חנוכה אין טשערנאבילער הויף
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


עבד לעבדי ה': לעגענדארער משב"ק אדמור"י פשעווארסק הרה"ח ר' שמואל ברוך נאה ז"ל נפטר געווארן
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בצער רב טוען חסידי פשעווארסק און אידן איבער די גאנצע וועלט באוויינען די פטירה פון הרה"ח המפואר רבי שמואל ברוך נאה ז"ל, דער לעגענדארער משמש בקודש פון אדמור"י בית פשעווארסק פאר קרוב צו א יובל יארן כולן שוין לטובה, וועלכע איז די נאכט נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר. ר' שמואל ברוך ז"ל איז געבוירן געווארן חנוכה שנת ת"ש אין נאנאש אונגארן צו זיין פאטער הרה"ח רבי חנניה יום טוב ליפא נאה ז"ל, און האט בחסדי השי"ת נאך מצליח געווען זיך ארויסצוראטע


שעשה ניסים: יום טוב חנוכה בחצר הקודש דושינסקיא
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN


באישון ליל: זאת חנוכה בחצר הקודש לעלוב ניקלשבורג
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


האד' מוויען באזוכט בקרב עדת צאן מרעיתו אין ארה"ק; געהויבענעם שבת התאחדות מיט בחורי החסידות אין ירושלים
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער ווי באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א אונטערגענומען א קורצן געהויבענעם באזוך קיין ארץ ישראל, און האט געפראוועט א שבת מרומם אין עיה"ק ירושלים מיט די בחורי החסידות וואס לערנען אין די ישיבות אין ארץ ישראל. דורכאויס די וואכן טעג האט דער רבי שליט"א געדאוונט די תפילות אין ביהמ"ד פאפא אויף רח' יואל, דאנערשטאג האט די רב עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, נאכן דאווענען איז מען דורך שלום נעמען פונעם חשובן גאסט.


עוז ואורה: גרויסן ציבור ביי חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סקולען ירושלים
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש א שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן דעם מיטוואך ויגש העעל"ט, פארן ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול סקולען ירושלים אויף רחוב חנה, לע"נ הרב החסיד ר' יעקב צבי וויינגארטן ע"ה, נדבת לבם פון זיינע חשובע קינדער. די מעמד האט זיך אנגעהויבן ביים סיום כתיבת האותיות אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יצחק משה יאגודה שליט"א אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקולין ירושלים שליט"א וועלכע האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און דערנאך


האד' מאמשינוב אויף א באזוך ביים שוואגער האד' מקוזמיר נאכן וויילן שבת אין בני ברק
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין שטאט בני ברק, נאכן געהויבענעם שבת וואס די רבי האט געפראוועט אין שטאט די וואך פרשת ויגש העעל"ט, איז היינט אויפדערנאכט אריבערגעגאנגען אויף א באזוך למעונו פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א. דער רבי שליט"א האט געמאכט דעם וועג צופיסנס פון די אכסניא, היות ער האט נאכנישט געמאכט הבדלה פון שבת כדרכו בקודש. דער קוזמירער רבי שליט"א מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט א געוואלדיגע שמחה, א


bottom of page

