הדלקת נרות חנוכה אין קרית יואל דורך האד' מווערדאן פון בארא פארק
- Bechatzros admin
- לפני 20 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
דעם פארלאפענעם דאנערשטאג ליל ה׳ דחנוכה האבן צענדליגער חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן דעם דערהויבענעם "הדלקת נרות חנוכה" בראשות האדמו"ר מווערדאן שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען קיין קרית יואל מדליק זיין די נרות חנוכה. דער מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד זכרון צבי ד'ספינקא וואו א גרויסער ציבור איז זיך צאמגעקומען דאס מיטצוהאלטן.
דער רבי שליט"א האט געצונדן די נרות מיט גרויס ברען. דערנאך האט דער ציבור געזונגען ווארעמע ניגונים א לענגערע צייט, דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ביי וועלכן דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש און פארטיילט מטבעות כנהוג.








