מעמד רצונו של צדיק צום הילולא פון הגה"ק משינאווא זי"ע נעמט צונויף מאסן תושבי קרית יואל לטובת כולל חיבת ירושלים
- steinbachmoishe2
- לפני שעה
- זמן קריאה 3 דקות
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש

ריזיגער ציבור פילט איבער דעם זאל מער ווי אַלע יאָרן – טראץ די פילע צוגעלייגטע טישן איז אַ גרויסער עולם געצווינגען צו שטיין רינגס אַרום אַלע זייטן – פילפאַכיג-געהויבענער געלט-שטיצע קומט אַריין למען צדקת הצדיקים
אַ נאַכט פאר חסידים ואנשי מעשה מיט דערהויבענקייט און רייכקייט
אַ ריכטיגער חסידישער מלוה מלכה וסעודת הילולא וואָס אלע באטייליגטע האבן שוין לאנג-נישט מיטגעלעבט - א נאכט פון הנאה'דיגסטן פארצייטישן-נגינה מחצרות קדושי עליון – הארציגע שטארקע דיבורים און עדות נאמנה פון דיין שלט"א - א שעה'ן לאנגער מאורע ווען יעדע פרישע וויילע הערט מען א פרישע עובדא פון בעל הילולא קדישא זי"ע וואס האט געטון אויפבליצן און דורכנעמען ביי יעדן איד אין זאל - א שעה'ן לאנגער געשעעניש ווען כסדר שלענגלען זיך אידן ביים קאסע-טישל בייצושטייערן תרומות יפות והגונות לצדקת הק' ווען דערביי ווערן זיי 'בצדה' באשאנקען מיט אייגנארטיגע רייכע מתנות.
האט מיט זיין הערליכע לשון לימודים און דביקות אין די פארצייטישע צדיקים רבותינו הק' ובראשם הרה"ק מצאנז זי"ע און בעל הילולא הרה"ק משינאווא זי"ע אויפגעפלאמט דעם ציבור איינמאל און נאכאמאל לטובת דעם צוועק, מפיהם ומפי כבתבם פון די צדיקים זי"ע
א וואונדערליכער היסטארישער עפיזאד פון די ישועות וואס מ'איז זוכה דורכן שטיצן דעם אור-אלטע מסורה'דיגן צדקה אויף וואס די צדיקים האבן מעיד געווען און זיך דארט געקוויטלט, האט מען געהערט אין צענטראלן אויפטריט פון בארימטן מנהל הכולל דאמבראווא'ער רבי, וועלכער האט דערציילט א לעצטיגע מעשה וואס האט נארוואס פאסירט אין קרית יטב לב ביים מגבית אין שטאט לטובת הכולל לרגל די יארצייט פון הרה"ק ר' יענקעלע מפשעווארסק זי"ע נשיא הכולל באירופה, איבער א איד וואס האט געהאט א גרויסע ישועה בזכות א גרויסע נתינה פארן כולל וואס האט נאכאמאל אויפגעשפילט די געוואַלדיגע סגולה פון צדקת רבי מאיר בעל הנס!
שפיץ התרגשות און דערהויבענקייט האט ארומגענומען דעם זאל ווען מ'האט געהאט די זכי' מקבל צו זייין פני הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, וואס איז געקומען איבערגעבן 'עדות נאמנה' וואס דער חשוב'ער דיין האט אליינס געזען לעצטנס בשעת'ן באזוכן אינעם היסטארישן לשכת הכולל אין ירושלים עיר הקודש - דיין האט ארויסגעברענגט די הייליגע זכי' צו שטיצן עניי ארה"ק וואס בתוכם ציילן זיך פילע געהויבענע בני עלי' ובני תורה, און האט באַוואונדערט די אויסטערלישע פעולות צדקה וחסד און מיליאנען דאלארן וואס ווערט פארטיילט דורכן מלך הצדקות בארץ הק' - דערמאנט די חשיבות פאר אונז תלמידי רביה"ק זצוק"ל אז די כולל האט שוין אפגעזאגט מיליאנען משולחן איזבל און פירט זיך על טהרת הקודש! – דערמאַנט איבער די התרגשות און הייליגקייט האלטנדיג אין די הענט די היסטארישע מכתבים און המלצות פון די שרפי מעלה אשר מפיהם אנו חיים – איז מאריך איבער די שטארקע חיוב און זכי' צו שטיצן דעם הייליגן צדקה קאַסע "כולל חבת ירושלים"
די צענטראלן רעדע פון ליל 'רצונו של צדיק' וואס האט אנגעשפאנט די אינטערעסע און צוגעשמידט צו די פלעצער יעדן איינציגן אנטיילנעמער, איז געווען די ספעציעלע דיבורים וואס מ'האט זוכה געווען צו הערן פונעם נואם הכבוד פה מפיק מרגליות ומלהיב לבבות ישראל כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א פון ב"פ, וועלכער האט איבערגענומען דעם ציבור און האט שטארק ארויסגעברענגט די אויסטערלישע ווכטיגקייט בכלל, און די דגוש פונעם בעל הילולא הרה"ק משינאווא זי"ע בפרט אויפ'ן מידת האמת און ווי וויכטיג ס'איז צו גיין בדרכיו הק' זיך צו פירן און מחנך צו זיין די קינדער מיט א שלימות'דיגע אמת בכל הענינים, ובמיוחד צו שטיצן זיין צדקה שנתן נפשו ומאודו לטובתן צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל חבת ירושלים
ווארימע דברי נעילה און באזונדערס שטארקע דברי הערכה צו די מקבלי פרס נזר גבאות קודש, מוה"ר ישראל שלום היימליך הי"ו און בנש"ק הרב יחיאל פרנס הי"ו - בתוך הדברים איז געהערט געווארן איבער'ן די גרויסקייט פון הרה"ק משינאווא זי"ע און די חשיבות פונעם הייליגן שטאט קרית יואל וואס קומט אקעגן כל צדקות ישראל, און אין די לעצטע יארן מער און מער פאר'ן צדקה פון הייליגן שינאווער רב: 'צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל חבת ירושלים'
צום שלוס פונעם מעמד האט הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א געהאט די זכי' צו בענטשן אויפן הייליגן היסטארישן בעכער פונעם מופת הדור הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטיר'ער זי"ע וואס דער זכות איז פארקויפט געווארן במשך הלילה פאר גאר גרויסע סכומים - באלד דערנאך האבן זיך הונדערטער אידן געשטופּט אין די שורות מקבל צו זיין כוס של ברכה מיט א נתינה פון $180 און אַ באַזונדערע זכי' צו קענען טרונקן פונעם הייליגן בעכער דירעקט מיט די השתתפות כמנין ישעי-ה לטובת הכולל
ריזן ציבור פארלאזט דעם זאל און אהיימגענומען פילע שיינע מתנות, ועל כולם די פילע ברכות וסגולות עד אין שיעור וערך פון שטיצן דעם הייליגען מסורה'דיגן קופה כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס
אלקא דמאיר עננו!















