מיטוואך פ' ויקרא - כ״ט אדר תשפ"ג
קול בחצרות - א זעלטן היסטארישע כינוס ווערט געפלאנט די קומענדיגע וואך, ווען עס וועלן זיך צוזאמקומען שווערע טויזענטער בחורי הישיבות פון איבער גאנץ ארץ ישראל, צום גייסטרייכן מעמד "אשריך" ארויסצוהייבן לשבח די געוואלדיגע מעלה פון די בחורים, תלמידי הישיבות הקדושות וואס זענען זיך ממית באהלה של תורה.
די ריזן כינוס איז פאררופן געווארן דורך דעם זקן ראשי הישיבות, מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי גרשון אדלשטיין שליט"א, אין די יעצטיגע טעג קומט פאר העפטיגע אסיפות און באראטונגען צווישן די עסקנים אויסצוארבעטן די טעכנישע דעטאלן, די ריזן סטעדיום אין רמת גן איז ארויסגעדינגען געווארן צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור פון העכער צוואנציג טויזענט בחורי הישיבות הקדושות פון די ליטווישע קרייזן.
די מעמד וועט פארקומען קומענדיגע וואך דאנערשטאג ח' ניסן, ווען די צענדליגע טויזענטער תלמידים וועלן איבערפולן דעם ריזן זאל אין שפיץ פון מרנן ורבנן ראשי הישיבות ומנהיגי ישראל, חברי מועצת גדולי התורה און אלע מרביצי תורה בארץ הקודש, צום שפיץ פונעם מעמד וועט מען האבן די זכיה צו מקבל זיין דער ראש הישיבה הגאון האדיר ר' גרשון אדלשטיין שליט"א, וועלכער וועט אויפטרעטן מיט די צענטראלע דרשה בשבחם פון די תלמידי הישיבות וואס געבן אוועק זייער לעבן פאר תורה.
די מעמד וועט ווערן באגלייט מיט רייכע מוזיק לכבודה של תורה, הונדערטער באסעס ווערן איינגערישט צו פירן אלע בחורים פון אלע שטעט, און פילע בריוון און קול קורא'ס ערשיינען אין די יעצטיגע טעג אונטערגעשריבן דורך הונדערטער ראשי הישיבות וואס רופן אלע תלמידי הישיבות צו קומען אנטייל נעמען אין דעם גרויסן כנסיה לשם שמים.
Kommentare