top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר וועט אפפליען קיין שיקאגא אויף א באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת דקהל יטב לב

דינסטאג פ' ויקהל פקודי - כ"א אדר תשפ"ג


קול בחצרות - מארגן מיטוואך צופרי וועט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אפפליען צום שטאט שיקאגא אויף א באזוך אין די שחיטה המהודרת דקהל יטב לב ד'סאטמאר ווי דער רבי וועט געבן די השגחה אין מפקח זיין אויף די גאנצע סדר פון די גסות-שחיטה פאר די סאטמארער פלייש-געשעפטן איבער גרעיטאר ניו יארק.


דער רבי שליט''א וועט זיך ארויסלאזן אין די פארטאגס שעהן מיט א פריוואטער פליגער אין באגלייטונג פון הרבנים הגאונים הצדיקים חברי בית דין צדק דקהל יטב לב אין די דיינים וועלכע געבן די הגשחה אויף די בוטשער סטאר'ס און זענען פערזענליך פארמישט אין אלע חלקי השחיטה רונדע די יאהר, דער רבי וועט זיך אויפהאלטן איבערן טאג אינעם שלאכט-הויז אין שיקאגא אין זיך אומקוקן אויפן הלוך ילך אינעם גאנצן בית השחיטה, אויפדערנאכט וועט זיך די רבי שליט''א צוריק קערן למעון קדשו אין וויליאמסבורג.

bottom of page