top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר איז קובע מארגנדיגער טאג ז' אדר אלס א יום תפילה ותענית אין סאטמארע קהילה בעה''ק ירושלים

זונטאג פ' תצוה ה'תשפ"ג


קול בחצרות - אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די שרעקליכע שריפה וואס האט אויסגעבראכן דעם שבת אין די סאטמארע ביהמ''ד אין מוסדות אין עיה''ק ירושלים, כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א איז נעכטן מוצאי שבת נאך הבדלה אינפארמירט געווארן פון די בשורה לא טובה אין האט א קורצע צייט דערויף אפגעהאלטן א טעלעפאנישע אסיפה מיט הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים אינאיינעם מיט די הנהלת הקהילה פון ירושלים, כדת מה לעשות איבער די ביטערע פאסירונג און דעם חובת השעה בנוגע א יום התענית והספד און א לוי' פאר די ספרי תורה וועלכע זענען ליידער געשעדיגט געווארן


די רבי האט מיט גרויס ווייטאג געהערט און ערשט האנטיגע רעפארט פון די ביטערע שריפה, אין געהייסן מ'זאל קובע זיין אויף דעם דינסטאג, ז' אדר, אלס א יום תפילה ותענית בבכי ומספד, און אלע מענער זאלן פאסטן, בחורים העכער די בר מצוה זאלן פאסטן א האלבן טאג, און ווער עס קען נישט זאל זיך אויסלייזן מיט געלט אלס פדיון נפש. עקסטער זאל מען מסדר זיין א לוי' פאר די געשעדיגטע ספרי תורה כראוי.


היינט נאכמיטאג וועט אפגעהאלטן ווערן א מושב בית דין אין די הויפטקווארטירן פום די עדה החרדית אויסצוארבעטן די סדרי הלוי' דעם סדר יום בכי ומספד, נעכטן מוצאי שבת האט שוין דער בית דין אראפגעשיקט די חברא קדישא צום מקום השריפה ווי די חברא קדישא האבן זיך אפגעגעבן מיט די גניזת ספרי תורה אין די תפילין וועלכע וועלן באערדיגט ווערן אינעם חלקת גניזת סת''ם אויפן הר המנוחות


אין די זעלבדע צייט זיצט די הנהלת הקהילה והמוסדות צו זוכן צייטווייליגע פלעצער ווי צו אקאמאדירן דעם ביהמ"ד מיט די ישיבה און די תלמוד תורה. פארשידענע קהלות און מוסדות האבן זיך אנגעטראגן ארויסצוהעלפן, ביז דערווייל וועלן די מניני תפילה פארקומען אינעם היכל הטישן אין ביהמ''ד הגדול וויז'ניץ ירושלים אויף רחוב תלמודי אין ירושלים














Hozzászólások

Nem sikerült betölteni a hozzászólásokat
Úgy tűnik, műszaki hiba történt. Próbálj újra csatlakozni, vagy frissítsd az oldalt!
bottom of page