מוצש"ק פ' תרומה ה'תשפ"ג
קול בחצרות - א העלישע פייער האט אויסגעבראכן דעם ליל שבת אין גרויסן סאטמאר ביהמ''ד 'ברך משה' אויף רחוב יונה אין ירושלים וואס האט ליידער טאטאל פארניכטעט דעם גאנצן ביהמ''ד אין אנגעזייט ערנסטע שאדנס אריינגערעכנט ספרי תורה אין תשמישי קדושה
די פייער האט אויסגעבראכן אום 4 אזייגער פארטאגס, די שכינים וועלכע האָבן דאָס באַמערקט האבן זאפארט אלארמירט די פייער לעשער, וועלכע זענען אנגעקומען אויפן צענע ביז א קורצע וויילע, שעהן לאנג האבן זיי געארבעט צו ברענגען דעם פייער אונטער קאנטראל, און האבן אריינגעברענגט הילף פון אלע ארומיגע געגענטער צו פארלעשן די פייער אינצווישן האט זיך דער פייער צושפרייט צו צוויי דערנעבנדיגער בנינים וואס רעכנט אריין דעם בנין התלמוד תורה, בחסדי השם איז קיינער נישט פארוואונדעט געווארן, נאך א לענגערע צייט ברענען איז די דאך פון די בנין איינגעפאלן, און נאכן באקעמפן די פייער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס ביהמ''ד איז גענצליך פארניכטעט געווארן, די פייער לעשער האבן באוויזן ארויסצוראטעווען 8 ספרי תורה צוויי פון זיי זענען ליידער ערנסט געשעדיגט געווארן אין צוגאב צו הונדערטער ספרי קודש אין צענדליגער פאר תפילין וועלכע זענען פארברענט געווארן אינעם שריפה
דער אורזאך פונעם פייער איז נאכנישט קלאר, ווי עס זעהט אויס האט דער פייער אויסגעבראכן פון א פלאטע אינעם זאל פונעם בנין הביהמ''ד.
留言