מוצ"ש פ' צו - י' ניסן תשפ"ג
קול בחצרות - לאור קריאת הרה''צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א דער וואך ביי שלש סעודות וועלן זיך אלפי חסידי בעלזא די בכל אתר ואתר מארגן זינטיג פאראייניגן אין א מעמד תפילה רבתי למען בריאת השלימות וחיזוק כוחותיו פון כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א מרן ישכר דוב בן מרים, אז ד רב זאל קענען צוריקומען צו די כוחות פריש און געזונט און קענען ווייטער אנפירן די עדה הק' על מי מנחות און קיין שטערונגען.
דער צענטראלער עצרת תפילה וועט פארקומען מארגן זינטיג בשעה 18:30 נאכמיטאג בהיכל ביהמ''ד הגדול אין קרית בעלזא, וואו עס וועלן זיך צוזאמנעמען טויזנטער חסידים, אויסצובעטן א גענצליכע רפואה פארן רב שליט''א, אין די זעלבדע צייט וועט מען זיך צוזאמקומען אין אלע בתי מדרשים אין מוסדות התורה דחסידי בעלזא איבער די גארער וועלט בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע אויף מעמדי תפילה אין מיט א כח הרבים אויסבעטן א גאנצע ישועה.
דער וואך שבת איז דער רב נישט אריינגעקומען צום עולם צו די תפילות אין טישן, ביי שלש סעודות אין די זאלן אינעם בנין ביהמ''ד הגדול האט הרה''צ רבי אהרן מרדכי ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חוב קדוש וואס ליגט אויף יעדן חסיד צו מתפלל זיין למען בריאות גופו הטהור פון דער רב זאל מאריך ימים ושנים זיין, ער זאל אונז נאך קענען פירן לאנגע געזונטע יארן על מי מנוחות.
Comments