הונדערטער ילדי תשב''ר ביים מקבל זיין פני קדשו פונעם פוסק הדור ראב"ד ירושלים ביים מעמד הקבלת פני רבו
- בחצרות הקודש

- 11 באפר׳ 2023
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג ג' דחוה"מ פסח - י"ט ניסן תשפ"ג


א באריכט פונעם התרגשות'דיגע און דערהויבענע מעמד "הקבלת פני רבו" אינאיינעם מיט'ן יערליכן כינוס דורך "חברת מגודלים בנעוריהם" וואס איז פארגעקומען נעכטן יום ד' דחול המועד פסח אויפ'ן הר הצופים קעגן איבער דעם מקום המקדש, ווי הונדערטער תינוקת של בית רבן פון די תלמודי תורה תחת דגל העדה החרדית האבן זיך צוזאמגענימען צו מקבל זיין פני קדשו פונעם פוסק הדור מרן ראב''ד ירושלים שליט''א.
אויפ'ן אויבן-אן האבן זיך אנגעזעהן די חשוב'ע רבנים שליט"א מנהיגי קהילות הקודש. מיט גרויס שפאנונג און הערצה האבן די הונדערטער קינדער געווארט אויף די מינוט וואס מ'וועט זוכה זיין צו כאפן א בליק אויפ'ן ראש בית דין משיירי כנסת הגדולה. ארום 3 אזייגער האט די מוזיק אנגעפאנגען די ניגון "צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל''.
נאך עטליכע מינוט האט העסקן הרה"ח ר' שמעון שישא יו"ר מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית געעפנט די מעמד הנשגב און אויסגערופן הרה"ג ר' ישראל בלוי מנכדי הצדיק רבי עמרם בלוי זאל זאגן זיינע דברי פתיחה. מיט קורצע ווערטער האט ר' ישראל ארויסגעברענגט די געהויבענע התרגשות'דיגע געפילן און וואספארא געוואלדיגע זכיה אונז האבן אין די מינוטן.
א שטילקייט האט געהערשט ווען דער ראש בית דין שליט"א האט איבערגעגעבן קורצע דברות קודש חוצבים מלהבות אש, ווען בתוך דבריו האט ער ארויסגעברענגט די חיוב וואס ליגט אויף יעדן איינעם צו נישט נאר האפן, נאר ווארטן אויף ביאת המשיח, ווען דעמאלט'ס וועט מען שוין קענען ארויפגיין עולה רגל זיין צום בית המקדש, און נאך פילע דברי חיזוק והתעוררות. גלייך דערנאך האט דער ראש בית דין אליין אנגעפאנגען א לעבעדיגן ניגון לכבוד יו"ט. דערנאך האט הרה"ג ר' מאיר בלוי שליט"א -ווי זיין חזקה יאהר יערליך ביים כינוס 'מגודלים בנעוריהם'- פארגעזינגען דעם ניגון 'מלך רחמן רחם עלינו', ווען אלע פארזאמלטע האבן נאכגעזונגען.
דערנאך האט הרה"ח ר' יוסף לייב יאקאב מבאי ביתו ומשב"ק פונעם ראש בית דין שליט"א אויסגערופן און מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר בלוי שליט"א מראשי חברת 'מגודלים בנעוריהם' און אייניקל פונעם מייסד החברה הרה"צ ר' עמרם בלוי זצ"ל לוחם מלחמות ה', פארצוזאגן צוויי קאפיטלעך תהלים 'לזכות רבינו הגדול מרן משה בן דבורה אז ער זאל אונז פירן בקרוב קעגן משיח צדקינו בבריות גופא ונהורא מעליא', דערנאך האט דער ראש בית דין פארגעזינגען דעם ניגון "אני מאמין באמונה שלימה שאין מקרה וטבע בעולם כלל".
אין דאן האט א אינגל אן אייניקל פון הרה"צ ר' עמרם בלוי זצ"ל אנגעוואונטשן בשם אלע הונדערטער קינדער החונים תחת דגלו של העדה החרדית, כ"ק דער ראש בית דין שליט"א, אורך ימים ושנות חיים יוסופו לך, על מי מנוחות ינהלנו, לקבל פני משיח צדקינו", און ספאנטאניש האט זיך די גאנצע עולם ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים.
דערנאך האבן אלע טויזנטער קינדער פאר ארום א האלבע שעה געהאט די זכיה אריבערצוגיין ביים ראש בית דין, און זיך וואונטשן 'א גוט מועד'.
נאכן מעמד הרוממה האט מען מיט פייערדיגע טענץ באגלייט דעם רב שליט"א מיט'ן ניגון 'ימים על ימי מלך תוסיף'. אין דער ראש בית דין איז ארויסגעפארן מיטן קאר, זאגנדיג פארשידענע תפילות און קאפיטלעך תהלים מיט בכיות נוראות קעגן איבער דעם מקום המקדש.


























תגובות