top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עוֹד אֶבְנֵךְ וְנִבְנֵית • בוי ארבעט ביים מרכז העולמי קרלין סטולין זעצט פאר נאך אומגליק שבועות תשפ'א

דינסטאג פ' תזריע מצורע - כ"ז ניסן תשפ"ג | קול בחצרות


שטייענדיג צוויי יאר זינט די שרעקליכע אומגליק וואס האט פאסירט בחצר הקודש קארלין סטאלין, ערב יום טוב שבועות תשפ"א, ווען די הויכשטאקיגע פארענטשעס זענען צוזאמגעפאלן, וואס האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון דריי נשמות טהורות. ווערט אין די יעצטיגע טעג אויפגענומען מיט פרייד אז נאך לענגערע השתדלות און אינטערווענצן האט מען אין א מזל'דיגע שעה ווידער אנגעהויבן די בוי ארבעט אויפצושטעלן דעם בנין הגדול מרכז העולמי דחסידי קארלין סטאלין.


ווי באקאנט איז מיט עטליכע יאר צוריק אונטערגענומען געווארן דעם מאסיוון פראיעקט אויפצושטעלן דעם בנין הגדול מרכז העולמי דחסידי קארלין סטאלין, אינעם הויפטקוואטיר פון די חסידות "גבעת זאב" מקום מושבו פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, עס איז געלאזט געווארן אין גאנג די בוי ארבעט אהערצושטעלן א בנין מפואר פון עטליכע שטאק, א ריזן היכל בית המדרש, א פראכטפולע מקוה מיט פיל הידורים, שטיבלעך צום דאווענען, שטיבלעך פאר הכנסת אורחים, בעטן צו שלאפן פאר די הונדערטער געסט מדי שבת בשבתו ומדי מועד במועדו, גרויסע זאלן פאר די סעודות שבת ויום טוב און אלע צוגעהערן וואס פעלט זיך אויס פאר אזא גרויסע צענטערפונקט פון טויזענטער חסידים בארץ ובגולה.


נאך עטליכע יאר בוי ארבעט איז מען אריין דאווענען צום ערשטן מאל אינעם נייעם היכל יום טוב שבועות תשפ"א, ווען נאר די גרויסע היכל איז געווען אהערגעשטעלט אויף א רויע פארנעם. ליידער האט אבער פאסירט די שרעקליכע אומגליק, וואס האט צוגעברענגט אז די אינסטאנצן האט פארשפארט דעם בנין אונטער שלאס און ריגל, און נישט ערלויבט פארצוזעצן מיט די בוי ארבעט.


נאך לענגערע השתדלות איז אין די יעצטיגע טעג מיט גרויס פרייד ערהאלטן געווארן די פערמיטן צו קענען בויען ווייטער, און אצינד האט מען זיך טאקע ווידער גענומען מיט העפטיגע בוי ארבעט צו ענדיגן דעם בנין וואס שנעלער כלול בהדרו.


אין די נאנטע צוקונפט איז ערווארטעט אז די בוי ארבעט וועט אנגיין אין פולן קראפט אויף פארשידענע וועגן, אהערצושטעלן דעם בנין בקרוב ממש, סיי פון אינעווייניג און סיי פונדרויסן, ובהיכלו כולו אומר כבוד.

Comments


bottom of page