top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חייבים להודות • האד' מבעלזא אהיימגעקומען נאכן וויילן יו''ט אין שפיטאל | באריכט

דאנערשטאג מוציו"ט פסח - כ"ג ניסן תשפ"ג



היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אהיימגעקומען פון שפיטאל, ווי די רב וועט זיך ערהוילן די קומענדיגע תקופה בביתו נאווה קודש אויף אבזערוואציע.


ווי נאר די ידעה האט זיך צופשרייט אז דער רב איז אויפן וועג אהיים האבן זיך בליץ שנעל פארזאמלט א גרויסע ציבור חסידים אין אפגעווארט דעם רב אויף די גאסן פון קרית בעלזא, און האבן אויסגעבראכן אין א געזאנג 'כי אורך ימים ושנות חיים' און 'עד הנה עזרונו רחמיך' וואו מ'האָט אַרויסגעגעבן די געוואַלדיגע שמחה און דאַנק פאַר'ן באַשעפער על רוב רחמיו וחסדיו.


ווי געמאלדן האט די רב אויפן ראט פון די דאקטורים געוויילט אויף יו"ט שביעי של פסח אין די הדסה שפיטאל נאכן דורכגיין א רוקן אפאראציע, אינעיינעם מיט א מנין מצומצם פון די משמשים בקודש און מקורבים און די בני המשפחה - בנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי און די אייניקלעך.


הרה"צ רבי אהרן מרדכי איז צוגעגאנגען צו אלע תפילות דורכאויס יו"ט, און די רב האט געציילט ספירה. ליל יו"ט האט די רב אפגעראכטן די סעודת יו"ט אין צימער אין שפיטאל, די רב האט געמאכט קידוש, און מען האט געזינגען פילע ניגוני יו"ט.


יו"ט אינדערפרי האט די רב פארגעזאגט די שירה פסוק בפסוק, און עולה געווען חמישי, נאכן עולה זיין האט מען געמאכט א מי שברך לרפואתו השלימה פונעם רב אין א מי שברך פאר כלל חסידי בעלזא בכל מקומות מושבותיהם, נאכן דאווענען האט די רב קידוש געמאכט און זיך געוואשן צום סעודת היום.


פארנאכטס נאך מנחה האט מען געזינגען פילע ניגוני יו"ט לרגל נעילת החג, מען האט געזינגען חסל סידור פסח און הרה"צ ר' אהרן מרדכי האט געזאגט לשנה הבאה בירושלים.


דורכאויס יו"ט איז ב''ה אנשטאנען א שינוי לטובה אין די מצב הבריאות פונעם רב און היינט נאכמיטאג איז די רב בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל לשמחת לבם פון חסידי בעלזא די בכל אתר ואתר.




bottom of page