top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בְּרִית קֹדֶשׁ • האד' מוויז'ניץ דינט אלס סנדק אין מוהל ביי ברית פון 42 יעריגע בעל תשובה

מאנטאג ג' דחוה"מ פסח - י"ט ניסן תשפ"ג


א היסטארישע מעמד איז היינט פארגעקומען בחצר הקודש וויזניץ ווען א צוויי און פערציג יעריגע בעל תשובה מעולי רוסלאנד איז אריינגעקומען תחת כנפי השכינה ווען מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א דינט אלס סנדק און מוהל צום ערשטן מאל אין די היסטאריע.


די רוסישער איד א פליט פון אוקריינא איז אין די לעצטע תקופה אנגעקומען קיין ארץ ישראל און האט אנגעקניפט א נאנטע קשר מיט הרב מנחם מענדיל טייכמאן דער חב''ד שליח אין שטאט נתניה, הרב טייכמאן האט געלערנט מיט דעם יוד און נאכן געוואויר ווערן אז דער איד האט נישט געהאט קיין ברית האט ער איהם משכנע געווען אריינצוקומען תחת כנפי השכינה און זיך לאזן מהלן.


די איד האט צוגעשטימט דערצו, און די באקאנטער מוהל מומחה הרב שלמה גלבר איז באשטימט געווארן צו זיין די מוהל ביים ברית, וועלנדיג אז א גדול בישראל זאל מהלן דעם איד ביים היסטארישן ברית זייענדיג שוין 42 יאהר אלט, האט הרב גלבר מכבד געווען מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א צו דינען אלס מוהל, און אין א היסטארישע שריט צום ערשטן מאל אין לעבן האט די וויזניצער רבי אנגענימען די כיבוד פון מוהלות אלס א סגולה לרפואה פאר זיין אייניקל אלטע עטיל בת בלומא גיטל, און זיך געגרייט דערצו בהכנה דרבה.


היינט מאנטיג די פערדע טאג חול המועד איז פארגעקומען די שמחת הברית בעפאר די עריכת שולחן הטהור, די ברית איז פארגעקומען אין א זייטיגע שטוב מיט א ענגע מנין, די וויזניצע רבי האט געדינט אלס סנדק און מוהל, געזאגט די ברכה על המילה און געמאכט חיתוך, דערנאך האט די מוהל הרב שלמה גלבר איבערגענימען און ממשיך געווען מיט מוהלות.


א קורצע צייט דערויף איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת השולחן הטהור אין בית מדרש הגדול, די רבי איז ערשינען אנגעטוהן מיטן טלית און געזאגט די ברכות און קריאת השם ברוב עם הדרת מלך, די רבי האט געזאגט די ספעציעלע נוסח וואס מען זאגט ווען א איד טוט זיך אליין מהלן, און א נאמען געגעבן דעם יוד ''ישראל''.


דאן האט זיך די רבי געוואשן צום סעודה מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך איז פארגעקומען די מעמד פדיון בכור נאך וואס די איד איז אויך א בכור, און איז אצינד מיטן אריינקומען בבריתו של אברהם אבינו מחויב געווארן מיט די מצווה פון פדיון בכור, אלס כהן הפודה האט געדינט הרה"ח ר' מנחם מענדיל כהן די קביעות'דיגע בעל קורא אין בית מדרש הגדול אין קרית וויזניץ, און דער איד האט געזאגט די ברכה מיט די הילף פון שליח חב"ד הרב טייכמאן.


נאכן פדיון האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שבח והודייה און ניגוני ברית און פדיון הבן, די רבי האט געהייסן אריינברענגען אלע מאכלים פארן בעל ברית און הרב טייכמאן, די לעגנדארע מוזיקאנט הרב מונה רוזנבלום האט מהנה געווען בשירה וזמרה מיט זיין כלי זמר אריינברענגנדיג גרויס התרגשות ביים גאנצן ציבור, אויך האט די רבי געהייסן זינגען ניגוני חב"ד לכבודו פון הרב טייכמאן די בעל שמחה, און ניגוני קארלין לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע.


סוף טיש וואס האט זיך פארצויגן גאנצע צוויי שעה האט די וויזניצע רבי מכבד געווען די כהן הפודה הרב מענדיל כהן מיט ברכת המזון, מען האט געזינגען יום ליבשה און געזאגט די פיוטים נודה לשמך מיט הרחמן, און נאכן בענשטן האט די רבי געוונטשן ווארימע ברכות פאר די בעל ברית און זיינע באגלייטער.


כה אמר ה' בני בכורי ישראל














Comentarios


bottom of page