מאנטאג שבוע שחל בו פסח - י"ב ניסן תשפ"ג
דער וואך שבת הגדול האט הגה''צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט''א אב''ד סיגוט אויפגעטראטן מיטן דרשת שבת הגדול אינעם ביהמ''ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א.
בתוך דבריו האט דער סיגוט'ער רב אדרעסירט דעם ברענעדיגן נושא פונעם גזירות החינוך וואס די רב איז ווי באקאנט שטארק אריינגעטוהן אין דעם ענין איז בעובי הקורה ארויסצוהעלפן אין דעם דעם הינזיכט.
דאס קומט נאכדעם וואס א סטעיט ריכטערין האט פאריגע וואך מיטוואך געאורטיילט אַז סטעיט האָט נישט קיין רעכט צו שליסן מוסדות התורה אָדער צווינגען עלטערן ארויסצונעמען קינדער פון די מוסדות, אין האט גע'פסל'ט דעם טייל פון די סטעיט עדיוקעישאָן דעפּאַרטמענט'ס גזירת החינוך וועלכע האָבן געלויטעט אַז זיי קענען באַצייכענען מוסדות אַז זיי קומען נישט נאָך דעם געזעץ און זענען נישט קיין סקולס, און דעריבער וועלן זיי צווינגען עלטערן ארויסצונעמען די קינדער פון דאָרט.
אינעם דרשה האט דער רב ארויסגעברענגט אז מען דארף אפגעבן א שבח והודאה פארן אייבערשטן אז נאך אסאך ארבעט כוחות און מיה וואס חשובע עסקנים האבן אריינגעלייגט בהתייעצות פון די גדולי הרבנים ובראשם די טאטע זאל זיין געזונט - דער סאטמאר רבי, וואס האט אסאך צייט אוועקגעגעבן דערויף, אין דאס קומט אונז צו ווייזן א שטארקע נקודה פון הימל, דאס וואס די טאטע און איין חזרן אז די גאנצע גזירה קומט צו פאדערן און אויפוועקן פון הימל אז יעדער טאטע דארף אריינלייגן מער כוחות אין די חינוך פון זיינע קינדער, אין איבערגעזאגט וואס די רבי האט נאכגעזאגט אין מאנטריאל די קדושת יו"ט אז דאס איז די עצה להעביר רוע הגזירה, און דעיס זעהט מען יעצט טאקע אז מ'האט געוויזן אז די מוסדות זענען ב"ה אריבער און זיי טוהן זייערס און לייגן אריין כוחות אין די קינדער אבער מען קען זיך נישט באגענוגען מיט דעם, חינוך ליגט אויף יעדע טאטע און ער האט א חיוב אריינצלייגן אין זיינע קינדער תורה ויראת שמים, און מיט דעים האט די געריכט געפאסקענט אז דער אחריות ליגט אויף די עלטערן, דעריבער דארף יעדע טאטע מוסיף זיין גדרים וסייגים אין חינוך הבנים והבנות.
Comentarios