top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בא שבת • האד' מאמשינוב מאכט דעם וועג אהיים צופיס פון הר המנוחות ביים שקיעה ערש''ק

זונטאג פ' בהר בחקתי - ט"ז אייר תשפ"ג | קול בחצרות


כ''ק האדמו''ר מאמשינוב שליט''א איז דעם פרייטיג נאכמיטאג הארט פארן זמן אנגעקומען אויפן הר המנוחות צום ציון פון די באבע הרבנית ע"ה מחברתו הטהורה פון זקנו הרה"ק רבי מאיר'ל מאמשינוב זצ"ל לרגל די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן דעם דאנערשטיג, און צום ציון פונעם פעטער הרב מנחם הערש קאליש ז"ל זון פון הרה"ק רבי מאיר'ל מאמשינוב וועמענס יארצייט איז אויך אויסגעפאלן דער וואך אין האט נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק.


די רבי האט פארלאזט הר המנוחות בלויז געציילטע מינוט פארן שקיעה, און אזוי ווי איז איז אנגעקומען די שקיעה אין די נאכט איז צוגעפאלן איז די רבי ארויס פונעם קאר אין ממשיך געווען די וועג צופיסנס פון די גבעת שאול געגענט ביז צו ביתו נאווה קודש אין בית וגן א מהלך פון ארום פערציג מינוט.







Comments


bottom of page