top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בחצר הקודש בעלזא • סעודת ברית פון אייניקל ביים בעלזער רב בשילוב מיטן טיש לכבוד ל''ג בעומר | באריכט

דאנערשטאג פ' אמור - י"ג אייר תשפ"ג | קול בחצרות


אין חצר הקודש בעלזא גרייט מען זיך צו די שמחת הברית פון אן איר אייניקל ביים רב שליט''א, בן הנולד לנכדו הרב לייבל צוויבל וואס וועט בעז''ה פארקומען בעיתו ובזמנו דעם קומענדיגן מאנטיג צופרי ערב ל''ג בעומר, שפעטער נאכמיטאג לעת ערב וועט פארקומען די סעודת ברית אינעם גרויסן שטוב בשילוב מיטן עריכת שולחן הטהור לכבוד ל''ג בעומר, דער טיש וועט זיך אריינציען ביז אין די נאכט, אין ווי נאר די נאכט וועט צופאלן וועט מען זינגן די שירי ל"ג בעומר, און זיך אַרויסלאָזן אין די ריקודין נלהבים לכבוד היום.


נאכן טיש וועט מען אַרויסגיין אין חצר פון ביהמ"ד הגדול, וואו מען וועט מיטהאַלטן דער יערליכע מעמד ההדלקה בתופים ומחולות לכבוד התנא האלוקי.

bottom of page