top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בִּקּוּר נִימוּסִין • האד' מבוהוש באזוכט ביי האד' מסאדיגורה לאנדאן

מיטוואך פ' אמור - י"ב אייר תשפ"ג | קול בחצרות


א ווייטערדיגע באריכט פונעם באזוך פון כ''ק האדמו''ר מבוהוש שליט''א אין לאנדאן.


דורכאויס די לעצטע טעג איז די רבי שליט''א ארויף לבתי נדיבים בעם לטובת די מוסדות, נעכטן אויפדערנאכט איז די רבי שליט''א ארויף צו הרבני הנגיד ר' אליש אנגלאנדער ווי די רבי האט געדאווענט מעריב אין ספירה, שפעטער אויפדערנאכט האט די רבי ווייטער אויפגענימען קהל חסידיו פון לאנדאן אין מאנטשעסטער לעצה ולברכה.


היינט אין די פארמיטאג שעהן איז די רבי שליט''א געוועהן אויף א באזוך ביים זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער ראש ישיבת הרמה אין לאנדאן ווי דער ראש ישיבה האט דערציילט שיינע זכרונות פון הרה''ק רבי ישראל מטשארטקוב זי''ע ביים וועם די ראש ישיבה האט זוכה געוועה אין זיינע קינדערישע יאהרן זיך מסתופף זיין בצילו אין וויען, שפעטער נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען צו די גאלדערס גרין געגענט ווי די רבי האט אפגעשטאט א באזוך ביי כ''ק האדמו''ר מסאדיגורה לאנדאן שליט''א אין באשיינט א רייכע מסיבה של מצוה לטובת די מוסדות.


יעצט אויפדערנאכט קומט פאר די גרויסע וויעדה 'נכספה' אין כינוס חסידי בוהוש באייראפע אין די פראכטפולע רידשזענסי זאל אין שטאט.



Kommentare


bottom of page