דינסטאג פ' אמור - י"א אייר תשפ"ג | קול בחצרות
יעצט נאכמיטאג איז פארגעקומען א היסטארישע מסיבת לחיים בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו''ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, לכבודו פון הנדיב הנכבד הרבני הנגיד מוה"ר חיים הערש פריעדמאן הי"ו פון מאנטרעאל, וואס האט בדבת ליבו מנדב געווען דעם אסטראנאמישן סכום פון צעהן מיליאון דאללאר לטהרתן של ישראל, פאר'ן נייעם בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין שטאט קרית יואל יצ"ו.
בהחלטת פונעם סאטמאר רבין שליט''א, וועט די נייע גאס, ווי די פארגרעסטע חלק פונעם בנין המקוה ווערט געבויעט, גערופן ווערן על שם הנדבן 'הערשי פריעדמאן דרייוו' לכבודו ולזכותו.
Comentários