top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וויליאמסבורג • אומגלויבליכע מאַניפעסטאַציע פון 'הרמת קרן השבת קודש' ביי היסטאָרישער כינוס השבת רבתי

מונטאג פ' אחרי קדשים - ג' אייר תשפ"ג


וּבְכֵן יִתְקַדַּשׁ שִׁמְךָ לָעַד מַלְכֵּנוּ!


טויזנטער תושבי וויליאמסבורג האבן זיך דעם לעצטן ליל שישי צונויפגענימען ביים כינוס השבת רבתי אין די זאלן פון עידן פעלעס אויסרופנדיג בקול אדיר, אַז דער כח הקדושה פון וויליאַמסבורג פאַרבלייבט פעלזן פעסט, ממשיך צו זיין די הייליגע ריינע מסורת אבות, וכל רוחות שבעולם לא יזוזו אותנו!


דער היסטאָרישער כינוס איז געעפנט און אנגעפירט געווארן גאר געניט פונעם נועם הלשון, הרה״ג ר’ שמואל זאב שטערן שליט״א, ר"מ בישיבת סאַטמאַר, וועלכער האָט אנגעשלאגן דעם טאן פונעם כינוס רבתי און עס געפירט מיט גרויס סוקסעס, מיט די ריכטיגע ווערטער אינעם ריכטיגן זמן.


דער יושב ראש האט דערמאנט שיינע ענינים מפּי ספרים וסופרים איבער דאָס חשיבות פון אַזאַ הייליגער אסיפה למען כבוד השב"ק, וואָס דער גאַנצער ציל דערפון איז צו מקיים זיין דעם "אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו", זיך צו שטאַרקן אינאיינעם בקהל קדושים, צו ממשיך זיין דעם דרך הסלולה לנו פון די הייליגע מייסדי הישוב אשר לאורם נסע ונלך עד ביאת הגואל.


דאן האָט זיך אָנגעהויבן א סעריע פון תוכנ'דיגע און יסודות'דיגע דרשות דורך הרבנים הגאונים הצדיקים גדולי ישראל שליט"א. מיט דעם פּאַסיגן כבוד התורה איז געהערט געוואָרן די דרשה נפלאה פון כ''ק אדמו"ר ממאדזיץ פלעטבוש, וואָס האָט הערליך אַרומגעשמועסט בטוב טעם ודעת איבער אַלע הלכה'דיגע פראבלעמען מיט וואָס דער עירוב איז פאַרבינדן. מיט אַ געוואַלדיגע בקיאות און חריפות האָט דער מאדזשיצער רבי שליט"א אויסגערעכנט צענדליגער גדולי הפּוסקים אשר מפיהם אנו חיים, ראשונים ואחרונים, וואָס לויט זייערע פּסקים האָט דער עירוב נישט קיין שום הלכה'דיגע ווערד, צוליב די פילע חששות פון רשות הרבים, זיכוי פּת, שכירת רשות, א.א.וו.



אַ חדרת קודש האָט מען געקענט טאַפּן אין דעם ריזן זאַל, ווען מען האָט געהערט דעם 'משא המעמד' מפום ממלל רברבן, כ"ק אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א, וועלכער האָט משמיע געווען דעם דבר ה' ברמה ודעת תורה הברורה, וואָס האָט דורכגעריסן די הערצער און אויפגעשטורעמט דעם קהל הרבבות, צו באַגרייפן עד היכן הדברים מגיעים, און דער חובת השעה וואָס ליגט אויף יראי ה' צו לוחם זיין קעגן דעם געוואַלדיגן מכשול.


בתוך דברותיו בקודש האָט דער רבי שליט"א אויסגעשריגן פאר דעם ציבור העצום אַז אָן דעם "זכות אבות" עקזיסטירן מיר נישט! די צדיקי אמת וואָס האָבן זיך מוסר נפש געווען צו אויפשטעלן דעם גאַנצן אידישקייט נאָכ'ן חורבן האָבן לוחם געווען קעגן מייסד זיין אן עירוב וואָס האָט זיך אָנגעהויבן פון די שוואַכע און מאָדערנע עלעמענטן אומעטום!


מיט א גערירטע שטימע האט די סאטמאר'ע רבי אויסגעשריגן בקול חוצב להבות אש פאר די טויזענטער משתתפים ''דער עירוב אין וויליאַמסבורג איז אַ פרצה וואָס איז נישטאָ אין דער גאַנצער וועלט, זייענדיג אן עירוב וואָס איז בל יראה ובל ימצא, קיינער קען דאָס נישט זען, וואָס ס'איז פּאַסיג דערויף דער פּסוק "כי יסותך אחיך בסתר אשר לא ידעת אתה ואבותיך", ס'איז אַ דבר שבסתר און ס'איז אַ זאַך וואָס אונזערע הייליגע עלטערן און רבי'ס האָבן נישט צוגעלאָזט.


מיט אַ געוואַלדיגן פייער האָט דער רבי מתריע געווען יעדער איד דארף שטיין על המשמר נישט צו לאָזן אַריינברענגען דעם קלות און זלזול בשמירת שב"ק וואָס איז דער "אבר שהנשמה תלוי' בו" פון יעדן איד. דאָס מציאות איז אַז קיינער האָט נאָכנישט געזען דעם עירוב! די אַלע דיבורים וואָס מ'רעדט אַרום איז אינגאַנצן נישט נוגע ווייל ס'איז נישטאָ קיין עירוב! ס'איז נישטאָ מיט וואָס מען מעג טראָגן!


מיט אַ באַזונדערע יראת הכבוד האָט דער ציבור לאלפים זיך צוגעהערט צו די גייסטרייכע ווערטער פון הגה"צ רבי חיים שלמה האַלבערשטאַם שליט"א, סגן דומ"ץ באָבוב, וואָס האָט געברענגט אַ ספּעציעלע שליחות פון חותנו כ"ק אדמו"ר מבאָבוב שליט"א איבער די געוואַלדיגע חומר און זהירות וואָס פאָדערט זיך נישט צו נכשל ווערן אין דעם ענין וואָס רירט אָן די יסודות פון קבלת רבותינו הק'.


דער חשוב'ער רעדנער שליט"א האָט דערביי נאָכגעזאָגט פון זיין שווער כ"ק אדמו"ר מבאָבוב שליט"א, אַז זיין פאָטער, הרה"ק בעל 'דברי שלמה' מבאָבוב זצ''ל האָט זייער שטאַרק זיך מתנגד געווען צו מאַכן אן עירוב אין באָראָ פּאַרק צוליב כמה טעמים. דערפאַר האָט ער, שלא כדרכו, אויך גע'חתמ'ט אויף דעם קול קורא בשנת תשל"ט, אינאיינעם מיט אַלע אַנדערע רבנים. און אפילו אויב אַנדערע מאַכן יאָ אן עירוב איז זיין רצון געווען אַז מען זאָל ח"ו נישט טראָגן מיט אַזאַ עירוב!


ער האָט דאַן איבערגעגעבן וואָס דער באָבוב'ער רב שליט"א האָט פאַרציילט בשם אביו וואָס האָט ביי אַ געלעגנהייט געזאָגט אַז אפילו ביי אַזעלכע ענינים וואו מ'קען אפשר טרעפן קולות, האָט אָבער ניו יאָרק די הלכה פון "אתרא דרב", און אויב מען האָט אין אונגאַרן מחמיר געווען איבער דעם ענין, דאַרפן מיר אויך מחמיר זיין. אויף וואָס דער רבי שליט"א האָט אויסגעפירט אַז: "כל שכן אין די שטאָט וויליאַמסבורג וואָס איז דאך די ספרים שטוב פונעם סאַטמאַרער רב זי"ע!".


די קלארע ווערטער און פּערזענליכע שליחות פון כ"ק אדמו"ר מבאָבוב שליט"א האָט ווירקליך אָפּגעקלינגען מיט אַן אויסטערלישן רושם איבער דער גאַנצער שטאט, ווען ס'איז פאר אַלעמען קלאָר אַז דאָ האַנדלט זיך עס פון די סאַמע יסודות ועיקרי הדת, וואָס איז מחייב יעדן ערליכן איד פון אַלע שיכטן און קרייזן, וזאת התורה לא תהא מוחלפת!


דאן האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי יצחק זלמן גיפּס שליט"א, אבד"ק ברכת אברהם. מיט גאָר וואַרעמע און דורכדרינגליכע דיבורים האָט ער אַדרעסירט די פילע שאלות חמורות בהלכה וואָס דער עירוב שטעלט מיט זיך פאר, זאָגנדיג דאָס איז נישט קיין פּאָליטיק, און עס איז נישט פאַרבינדן מיט קיין געוויסע קרייז, נאר דאָס איז פאַרבינדן מיט גרויסע פּראָבלעמען פון שישים רבוא, זיכוי פּת, שכירות רשות, כרמלית חמורה, וואָס כדי צו קענען טראָגן דאַרף מען צאַמשטעלן קולות ע"ג קולות אַז אַלע היתרים זאלן בכלל קענען שטימען און אויב אפילו איינס פון די זאַכן פעלן איז דאָס אן איסור חמור ונורא.


דער מעמד האָט זיך דאַן געשלאָסן מיט די רעזאָלוציעס וואָס איז פאָרגעליינט געוואָרן דורך דעם יושב ראש, וואו דער ציבור העצום איז זיך מקבל ווייטער צו שטיין על משמר קדושת השב"ק און ממשיך צו זיין דעם הייליגן דרך וואָס מיר האָבן מקובל פון רבותינו הק' מיט שמירת שבת כהלכה עד ביאת הגואל.




































































Commentaires