בשיבה טובה: נפטר געווארן הרבנית תורגמן ע"ה טאכטער פונעם באבא סאלי זצוק"ל; גרויסן ציבור ביי לוויה אין ירושלים
- sfbechatzros
- לפני 10 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער איז אנגעקומען די ביטערע בשורה פון ירושלים איבער די פטירה בשיבה טובה פון הרבנית מרת שרה תורגמן ע"ה, טאכטער פון האדמו"ר רבי ישראל אבוחצירא זצ"ל המכונה דער באבא סאלי, וואס איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון אכט און ניינציג יאר.
די רעבעצין ע"ה איז געווען א צדיקת מפורסמת וואס האט זוכה געווען צו אן אריכות ימים מופלגת, ביי אלע אירע באקאנטע האט איר פערזענליכקייט דערמאנט די נשים צדקניות פון די הייליגע אבוחצירא דינאסטיע, וואס זענען געווען באקאנט מיט זייער צדקות.
זי איז נאך געבוירן געווארן אין מאראקא צו איר פאטער דער באבא סאלי, פון זיין צווייטע רעבעצין מרת פרחה ע"ה. זייענדיג נאך אין מאראקא האט זיך חתונה געהאט מיט איר מאן הרב יעקב תורגמן זצ"ל וואס איז שוין נפטר געווארן מיט אריבער פערציג יאהר צוריק, ווי זיי האבן צוזאמען אוועקגעשטעלט א הערליכע משפחה, אריינגערעכנט פינעף זין וואס זענען אלע אויסגעשטיגן אלס חשובע מרביצי תורה און ראשי ישיבות.
נאכדעם וואס איר ברודער האדמו"ר רבי מאיר אבוצירא זצוק"ל איז פריצייטיג נתאלמן געווארן פון זיין אשת נעורים האט די נפטרת אריינגענומען צו זיך אין שטוב די יתומים האחים האדמור"ים לבית אבוחצירא שיבלחט"א, און זיי אויפגעצויגן ווי אייגענע קינדער, צווישן זיי ציילן זיך האדמו"ר רבי אלעזר אבוחצירא זצ"ל פון באר שבע, און להבח"ל האדמו"ר רבי דוד אבוחצירא שליט"א, האדמו"ר רבי רפאל אבוחצירא שליט"א און האדמו"ר רבי יקותיאל אבוחצירא שליט''א.
שפעטער איז זי ארויף קיין ארץ ישראל אינאיינעם מיט די גאנצע משפחה המעטירה און זיך באזעצט אין נתיבות נעבן איר גרויסן פאטער די באבא סאלי, אין די שפעטערדיגע יארן האבן זיי זיך אריבערגעצויגן צו די בית וגן געגענט אין ירושלים.
די לוויה איז פארגעקומען היינטיגן ליל שישי אויפן חלקת הספרדים במרומי הר המנוחות אין שפיץ פון די אדמור"ים שליט"א לבית משפחת אבוחצירא, דאוראונטער איר איינציגן ברודער האדמו"ר רבי ברוך אבוחצירא שליט"א.
תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.




