top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מחזה הוד ברחובות ירושלים • האד' מרחמיסטריווקא באגלייט אינגערמאן צום באס סטאנציע

מונטאג פ' אחרי קדשים - ג' אייר תשפ"ג

האד' מרחמיסטירווקא אויף א שפאציר אין ירושלים


אן אינטערסאנטע מחזה האט זיך נעכטן אפגעשפילט אויף די גאסן פון ירושלים עיר הקודש, ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א האט שפאצירט ברחובות העיר צו באגלייטן א אינגערמאן צום באס סטאנציע.


דער אינגערמאן מחשובי חסידי ראחמיסטריווקא אין עיר הקודש צפת, איז געקומען צו פארן קיין ירושלים אריינצוגיין אל הקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אדורכצושמועסן א וויכטיגע ענין, זעענדיג אז עס ווערט זייער שפעט, איז דער גבאי אריין צום רבי'ן זאגן אז דער אינגערמאן דארף כאפן די לעצטע באס קיין צפת, און עס איז זייער שפעט, ווען דער רבי האט עס געהערט האט ער זיך נאכגעפרעגט ווען און וואו די לעצטע באס פארט ארויס, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג צו באגלייטן דעם אינגערמאן ביז צום באס סטאנציע, ווען דורכאויס די פופצן מינוטיגע וועג האט דער רבי געשמועסט מיטן אינגערמאן אליינס, שאפנדיג א אינטערסאנטע סענזאציע ביי אלע דורכגייער.

Comments


bottom of page