top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד קביעת מזוזות אין ניי־רענאווירטן חסד שטוב פון "יחד דבאבוב" בראשות האד' מבאבוב

  • Bechatzros admin
  • לפני 4 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' משפטים • כ''ד שבט | בחצרות הקודש

אין א דערהויבענעם שטימונג איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד קביעת מזוזות אינעם ניי־רענאווירטן חסד שטוב פון די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "יחד דבאבוב" אין בארא פארק, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.


די חשובע ארגאניזאציע "יחד דבאבוב", וועלכע שטייט צום דינסט פאר חולי ישראל רונדע דעם יאר, טוט שוין מערערע יארן צושטעלן א באזונדער דירה אין בארא פארק, געווידמעט פאר אידן פון אויסער די שטאט וועלכע דארפן זיך אויפהאלטן אין ניו יארק פאר לענגערע תקופות מחמת א חולה אין שפיטאל אדער פאר אנדערע מעדיצינישע צוועקן. די דירה דינט אלס א רואיגער און באקוועמער אכסניא פאר די משפחות, און האט שוין געהאלפן אומצאליגע אידן אין זייערע שווערסטע זמנים.


אין די לעצטע חדשים איז די דירה אינגאנצן רענאווירט געווארן, מיט א פולשטענדיגע איבערפרישונג כדי עס זאל צושטעלן מער באקוועמליכקייט און הרחבת הדעת פאר די משפחות וועלכע דארפן ליידער צוקומען דערצו.


צו די מעמד קביעת מזוזות די וואך זענען געלאדענט געווארן די חשובע נדיבים פון די ארגאניזאציע. עס איז ארויסגעברענגט געווארן די שיינע צוזאמענארבעט פון די חשובע נדיבים, ווען יעדער איינער האט מנדב געווען לויט זיין אינדוסטרי און פאך, דאס רעכנט אריין מעבל און דעקאראציע, אנדערע האבן צוגעשטעלט עלעקטרישע ארבעט, און נאך וויכטיגע איינרכטונגען – ביז די דירה איז ערגענצט געווארן בשלימות.


דער רבי שליט"א האט באשיינט דעם מעמד און קובע געווען די מזוזות בפתחי הבית, דערנאך איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים וואו דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די גרויסע זכות פון העלפן חולי ישראל און זייערע משפחות אין אזעלכע שווערע מצבים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדיבים בעם און בפרט די עסקנים, צו קענען ממשיך זיין די הייליגע ארבעט ביתר שאת ועוז.



bottom of page