top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויש אין פלאן: האד' מצאנז קלויזענבורג וועט פארבלייבן אין ארץ ישראל איבער שבת

דאנערשטאג פ' כי תבוא - י"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר


אין א לעצט מינוטיגע טויש איז נעכטן אפגערופן געווארן דער געפלאנטער מעמד התפילה בראשות כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזענבורג שליט''א אין אתרא קדישא מירון, ווי דער פלאן האט געלויטעט האט די רבי געזאלט אנקומען אויף א תפילת רבים ביים ציון הק' נאכגעפאלגט מיטן מעמד התעוררות 'זכרנו לחיים לברכת השנים' ביים מתחם פון בני עקיבא אין מירון, אבער צוליב א שוואכקייט ביים רבי'ן שליט''א וועלכע שפירט זיך נישט אזוי אמבעסטן, נאך די אומאויפהערליכע עבודת הקודש די לעצטע דריי מעת לעת זינט די רבי איז אנגעקומען קיין ארצינו הקדושה, איז געמאלדן געווארן אז די רבי וועט נישט ארויסקומען צום עולם אין אז די רבי האט געבעטן איבערגעבן פאר חסידים איהם אינזינען צו האבן בעת רצון אין דעם מקום קדוש.


אין אנדערע נייעס איז היינט איבערגעגעבן געווארן פונעם רבינס שטוב, אז די רבי שליט''א וועט אנדערש ווי געפלאנט פארבלייבן איבער שבת אין ארץ ישראל אין דורכאויס די קומענדיגער וואך פ' נצבים וילך אויפנעמען די חסידים לקראת די ימי הרחמים והרצון. לויטן יעצטיגן פלאן וועט די רבי פראווען שבת אויף א פריוואטער פארנעם אין די קומענדיגער וואך ארומפארן צווישן די שטעט אין געבן די געלעגנהייט פאר יעדן חסיד באזונדער צו קענען אריינגיין לעצה ולברכה.

Comentarios


bottom of page