top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך מרחיב גבולים: פרישער שטח גדול אפגעקויפט פאר'ן נייעם געפלאנטן ביהמ"ד הגדול סטיטשין אין בארא פארק

  • לפני 6 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' חקת בלק • י''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי ואוהדי בית סטיטשין נעמען אויף מיט אומגעהויערע שמחה די פריידיגע אנטוויקלונג אינערהאלב דער מאסיווער פראיעקט פון הרחבת גבולי הקודשה, אויפצובויען דעם נייעם גיגאנטשן מרכז הגדול דחסידי סטיטשין אין בארא פארק, אז אין די יעצטיגע טעג האט מען בעשעטומ"צ געשלאסן מקח אויף א פרישן גרויסן שטח, וואס וועט פארדאפלען דעם נייעם ביהמ"ד און צו געבן פרישע הרחבה אין אלע חלקים פונעם בנין החדש.


ווי געמאלדן עטליכע חדשים צוריק איז אפגעקויפט געווארן א ריזן שטח אין הארץ פון בארא פארק, וואו עס וועט אויפגעבויעט ווערן א ביהמ"ד הגדול ומרכז לתורה וחסידות, וואס אנטשפרעכט צו זיין אן שואבת פאר די פילע חסידים וואס קלאמערן זיך לאורו הבהיר פון כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א.


דער ביהמ"ד החדש וועט אויפגעבויט ווערן נעבן דעם ביז יעצטיגער ביהמ"ד אויף די 50'טע גאס ביי די זעכצענטע עוועניו, און אצינד, נאך גרויס מי און פלאג ודמים תרתי משמע, האט מען געשלאסן מקח אויף א פרישן שטח, נעבן דעם אריגינעלן שטח.


אין ליכט פון דעם האבן די בוי-מייסטער און ארכיטעקט דיזיינער גענצליך איבערגעמאכט די פלענס, מיט א גענצליכע פארדאפלונג איבער אלע שטאקן פונעם ביהמ"ד, ספעציעל אינעם היכל ביהמ"ד וואס וועט מיט'ן יעצטיגן נייעם שטח קענען ענטהאלטן פרישע הונדערטער זיצן, צו שטיין צודינסט פון די הונדערטער חסידים ומעריצים ביי די תפילות און טישן בצל הקודש.


אין די יעצטיגע טעג איז שוין ארויסגעגעבן געווארן די ניי-ערצייגטע סקיצע פונעם תבנין הבנין, וואס טרייבט אויף גרויס פרייד ביים גאנצן ציבור זעענדיג מיט די אויגן די פאקטישע פלענער און אויסזען פונעם בית גדול וקדוש וואס וועט אינגיכן אנגעהויבן אויפגעבויט צו ווערן לשם ולתפארת בית סטיטשין.

bottom of page