מיטוואך פ' תצוה • י"ב אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי סאטמאר האבן אויפגענומען מיט התרגשות די נייעס איבער דעם קריאת השם פונעם נייעם סאטמארער ביהמ"ד וואס ווערט געבויעט אין די סאוט אכט געגנט אין וויליאמסבורג. דער נייער ביהמ"ד וועט גערופן ווערן "ביהמ"ד לב אהרן" על שם ספרו פונעם מנהיג העדה כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א וואס שטייט בראש העדה אויף לאנגע געזונטע יארן.
דער שם הבנין איז אפגעקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו מנהל מחנות רב טוב וחבר ועד קרן הבנין וועלכער האט אפגעקויפט דעם זכות שם הביהמ"ד ביי א ענגע מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אין פאלם ספרינגס קאליפארניע.
דאס קריאת השם אויף א ביהמ"ד נאך א ספר פונעם מנהיג העדה איז נישט קיין נייע זאך און ווי די היסטאריע ביכער פון שטאט קרית יואל דערציילן, האט מען בשנת תשנ"ז ווען עס איז ערשינען דער ערשטער באנד פונעם ספר ברך משה, א נאמען געגעבן "ביהמ"ד ברך משה" פארן ביהמ"ד ברך משה דקהל יטב לב אין קרית יואל.
די ארבעט ביים ביהמ"ד לב אהרן אין וויליאמסבורג גייט אצינד אן מיטן פולן טעמפא און עס איז צום האפן אז אויף דעם קומענדיגן יו"ט פסח וועט דער ביהמ"ד שטיין גרייט על מכונו פאר די הונדערטער חסידים פון די גאנצע געגנט ארום.

Comments