לסדר שלח תשלח את האם: האד' מסאטמאר מקיין געווען מצוה נדירה פון שילוח הקן
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' כי תבא • י''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך מאנטאג נאכט איז פארגעקומען א פריוואטער מעמד שליח הקן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נאך די זמני כניסה בחצר ביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
די מעמד קיום מצות עשה דאורייתא איז פארגעקומען מיט גרויס התרגשות און אייגנארטיגקייט ווען בלויז א קליינער צאל באטייליגטע האבן מיטגעהאלטן דעם מעמד, און מיטגעהאלטן ווי דער רבי איז מקיים דעם מצות עשה, וואס ווערט געברענגט אין די היינטיגע סדרה, לסדר "שלח תשלח את האם וכו' למען ייטב לך".
די רבי שליט"א איז אנגעקומען צום מקום הקן אין א שפעטע שעה, ווי די הלכה איז אז די מצוה פון שליח הקן דארף זיין ביינאכט ווען די מאמע איז אויף די נעסט, און פארשיקט די פייגל מיט א שטעקן, און דאן געמאכט א שליח דעם הויז בחור ני"ו צו מקיים דעם את הבנים תקח לך און אראפנעמען די אייער פון די בוים, און אזוי מקיים געווען די מצות עשה דאורייתא.
דער רבי שליט"א האט געוואונטשן ברכות הקודש פאר די באטייליגטע, און דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט א תפילה למען יאריך על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל.












תגובות