בברכת האד' מבעלזא: הרב אליקים שטארק וועט איבערנעמען אמט אלס חבר הכנסת מטעם ק"ק בעלזא
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

נאך צענדליגער יארן כולם שווים לטובה וואס דער לאנגיעריגער שלוחא דרבנן העסקן הרב ישראל אייכלער הי"ו האט עוסק געווען בצרכי ציבור באמונה אלס חבר הכנסת און פארשטייער מטעם ק"ק בעלזא אין די יהדות התורה פארטיי, וועט ער אצינד, זיך גרייטנדיג צו די בעפארשטייענדע בחירות אין ארץ ישראל, איבערגעבן זיין תפקיד פאר העסקן הרב אליקים שטארק וואס איז ערווארטעט איבערצונעמען דעם אמט מיטן ציל אריינצוברענגען יונגערע פרישע ענערגיע אין די מחזיקי הדת באוועגונג.
נאך מערערע בארוטונגען און נאכן פארלייגן דעם פלאן פאר כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, האט דער רב שליט"א דעם פארגאנגענעם וואך איבערגעגעבן ברכת קדשו פאר די צוויי חשובע עסקנים סיי פאר הרב ישראל אייכלער און פארן אריינקומענדיגע חבר הכנסת הרב אליקים שטארק, צו פארזעצן זייער עסקנות לטובת הכלל, לוחם צו זיין פארן עקזיסטענץ פון חרדישע אידן אין ארץ ישראל, אין א צייט וואס מען ספראוועט זיך מיט שווערע גזירות און די רדיפת הדת האט דערגרייכט די העכסטע שטאפלען ווי קיינמאל בעפאר.
לויט דעם באשלוס וועט הרב אייכלער דינען אלס יו"ר פון די מחזיקי הדת באוועגונג, און באגלייטן די עסקנים בעצה ובתבונה מיט זיין לאנגיעריגע ערפארונג, ווען אין דער זעלבער צייט וועט הרב אליקים שטארק, איבערנעמען זיין אמט אלס חבר הכנסת מטעם ק"ק בעלזא אינערהאלב די אגודת ישראל פראקציע.
די צוויי וועלן ווייטער ארבעטן אין פולן צוזאמענבארבעט, אויפצוטון פארן יהדות החרדית בכלל ובפרט, און לוחם צו זיין פארן עקזיסטענץ פון ערליכע אידן אין ארץ ישראל.
הרב אליקים שטארק שליט"א, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס חבר הכנסת, איז א יליד אנטווערפען, און כיום פון די חשובע בעלזער איגנעלייט אין ירושלים, ער איז נישט קיין פנים חדשות אין די פאליטישער וועלט, במשך די יארן האט ער מיט זיינע געבענטשטע כשרונות אויסגעפירט פארשידענע אויפטואונגען בעניני הכלל.
דערצו איז ער באקאנט אלס א תלמיד חכם און יודע ספר, דינענדיג אלס ראש חבורה אין דער בארימטער ישיבת מיר אין ירושלים, וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער חסידישע בחורים תלמידי הישיבה.
ער ציילט זיך צווישן די נאנטע מקורבים פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא, און שטייט אין נאנטן פארבינדונג מיט נאך גדולי תורה און מנהיגי הקהילות פון אנדערע שיכטן און קרייזן.





תגובות