יוצא מגדרו: האד' מבאבוב רעכט אפ זעלטענע באזוך אין שטאט לעיקוואד לטובת כולל זכרון חיים ד'באבוב
- לפני 12 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' תרומה • כ''ט שבט | בחצרות הקודש

אין א זעלטענעם פאל איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א נעכטן זונטאג ארויסגעפארן קיין לעיקוואד, ווי עס איז פארגעקומען א רייכע באנקעט אויפצוטרייבן ריזיגע סכומים לטובת כולל זכרון חיים ד'באבוב אין בארא פארק, המתנוססת לתפארה מיט אירע קרוב צו 400 לומדים וואס זענען איינגעטיילט אין מערערע חבורות זייענדיג עוסק בכל מקצועות התורה.
דער רב שליט"א וואס פארט זעלטן ארויס נאך געלט, איז דא ארויס מגדרו פארן כבוד התורה, למען לא יחסר המזג צו קענען צאלן די הונדערטער אינגעלייט און איינגעשטעלטע אינערהאלב די כוללים נעץ כולל זכרון חיים מדי חודש בחדשו מיט א פונקטליכקייט.
דער רב שליט"א איז אנגעקומען אין די נאכמיטאג שעות קיין לעיקוואד און איז צום ערשט צוגעפארן צום שטוב פון הרבני הנגיד הישיש ר' יעקב צדוק שאנבערגער הי"ו, בונה ומקים און פטרון פון קהילת באבוב אין לעיקוואד, אויף א ביקור חולים וויזיט.
פון דארט איז דער רב שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' ישראל בלוי הי"ו, וואס האט זיך אנגערופן מיט א סכום עצום להחזקת הכולל, דער רב שליט"א האט דארט געדאווענט מנחה און מעריך געווען א שולחן לחיים. שפעטער איז אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן הרה"ג ר' אברהם ישעי' פראנד שליט"א רב בית קהלת חתן סופר אין לעיקוואד.
פון דארט איז דער רב שליט"א צוגעפארן אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' דניאל ראטענבערג הי"ו, מגדולי תומכי מוסדות באבוב, וואו עס איז פארגעקומען די באנקעט פאר א געקליבענע צאל נדיבים בעם, וואס האבן זיך אנגערופן מיט גרעסערע סכומים למען החזקת הכולל. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ אבד"ק האוול ניו דזשערסי, בן הגה"צ גאב"ד דזשיבוי שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט בשבח הכולל, ווי ער האט אלס שכן טוב צום באבובער ביהמ"ד פאר לאנגע יארן, געזען במו עיניו די געוואלדיגע הצלחה פון די אינגעלייט, און בשבח פון קהילת באבוב בכלל, וואס וואקסט און בליהט לשם ולתפארת תחת הנהגתו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרבני הנגיד ר' מנשה פרענקל הי"ו, ידיד לבית באבוב און זון פונעם לעגענדארן עסקן ר' הערץ פרענקל ז"ל, וואס האט ארויסגעברענגט די זכיה פון שטיצן אזא תורה אימפעריע און דערמאנט די פעולות חובקות זרועות עולם פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א פאר די בני הקהילה און פאר אידן נצרכים ברוחניות ובגשמיות. דערנאך זענען אלע נדיבים אדורך מקבל זיין ברכת לחיים, און דער רב האט מכבד געווען דער בעל מנגן הרבני הנגיד ר' אביש בראדט הי"ו צו זינגען א זמר.
דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די זכיה פון שטיצן די כולל מיט אירע הונדערטער אינגעלייט און די טויזנטער פירות וואס זענען שוין ארויסגעקומען פונעם כולל במשך די אלע יארן, און עקסטער משבח געווען כבוד האכסניא פון ר' דניאל ראטענבערג, וואס שטאמט פון באבוב'ע חסידים דורי דורות ביז צו זקינו הגאון הגדול ר' מרדכי ראטענבערג זצ"ל אב"ד אנטווערפן, א תלמיד פון ערשטען באבובער רב, און אזוי אויך דערמאנט נאך עטליכע פון די באטייליגטע, און מסיים געווען ברכות לרוב פאר אלע משתתפים און תומכים. מיט'ן בענטשן האט דער רב שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' אברהם חיים הלברשטאם אבד"ק רודניק לאס אנדזשעלעס.
דער מעמד האט זיך געשלאסן מיט גרויס סוקסעס, ווען עס איז אויפגעטריבן געווארן סכומים עצומים פאר'ן כולל.














