האד' מסאטמאר נעמט אויף בנו הצעיר הגה"צ ר' ליפא שליט"א אלס רב ביהמ"ד החדש ויואל משה שכונת פלאשינג אין וומסב"ג
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גליקליכע געפילן און עקסטאז האבן חסידי סאטמאר תושבי שכונת פלאשינג אויפגענומען די פריידיגע בשורה איבער די התמנות פונעם נייעם רב הקהילה, הגה"צ רבי חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים שליט"א, בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער איז בהורמנא דמלכא אויפגענומען געווארן צו דינען אלס מרא דאתרא פונעם נייעם בית המדרש "ויואל משה" דקהל יטב לב אין שכונת פלאשינג אין וויליאמסבורג.
די התמנות קומט אין א צייט וואס די בוי-ארבעט פונעם נייעם ביהמ"ד ויואל משה האלט שוין ביי די לעצטע פאזעס, זיך גרייטנדיג צו עפענען אירע טויערן לקראת די ירח האיתנים, דער נייער בית מקדש מעט איז ערווארטעט צו דינען אלס א צענטראלער תל תלפיות פארן גאנצן אומגעגנט, פארמאגנדיג א גרויסן היכל הבית מדרש, עטליכע חדרי תפילה, א מקוה מפוארה, און א פרעכטיגן היכל התורה.
דעם דאנערשטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען אן אסיפה אין מחנה נחלת יעקב אין שטוב פונעם נייעם רב צוזאמען מיט די הנהלת הקהילה און חברי וועד קרן הבנין, וואו דער רב שליט"א האט אפיציעל אנגענומען די עול הרבנות. אן אפיציעלע מסיבת לחיים ומעמד התמנות איז געפלאנט צו פארקומען קומענדיגע וואך זונטאג בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג.
דער נייער רב שליט"א, איז אן איידעם ביי הגה"צ רבי ברוך נתן הלברשטאם שליט"א אבד"ק סאטמאר לאנדאן, און שמו הטוב הולך לפניו צווישן חסידי סאטמאר. ער דינט שוין יארן לאנג אלס מרביץ תורה ומגיד שיעור אין ישיבה גדולה, וואו ער האט אויפגעשטעלט תלמידים הגונים. באזונדער איז ער באקאנט מיט זיין עבודת הקודש ארויסגעבנדיג די ספרים אילנא דחיי, מדברי תורתו פונעם רבי'ן, ווי אויך מיט זיין אויסטערלישע סוקסעס ביים אויפשטעלן די מוסדות הקדושים אין שטאט בני ברק ביד רמה, ודבריו עושים פירות, ווען די מוסדות זענען אויסגעשטיגן אלס א הערליכע רינגעלע אין די סאטמארע אימפעריע.
אין די נאנטע תקופה וועט זיך דער רב אריבערציען צו די פלאשינג געגנט צו אנפירן די קהילה, און שטיין צוהילף פאר די הונדערטער אינגעלייט חברי הקהילה.





תגובות