תלמידי מתיבתא אין קרית יואל אריינגעגעבן ספר תורה לע"נ הבחור החשוב יהודה יאקאב ז"ל ממציוני תלמידי המתיבתא
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י שטיין
א הערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה איז געפייערט געווארן די וואך במקהלות חסידי סאטמאר און תלמידי המתיבתא אין קרית יואל, וואו די תלמידי הישיבה סניף ויואל משה האבן אריינגעגעבן א ספר תורה לזכרון נצח ולטובת נשמת הבחור החשוב יהודה יאקאב ז"ל, בן יבלחט"א הרה"ח ר' אליהו זאב שליט"א פון בני ברק - מחשובי וממציוני תלמידי המתיבתא. די מעמדי הוד זענען באשיינט געווארן דורכ'ן מנהיג העדה וראש הישיבה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
די קייט פון מאורעות האט זיך אנגעהויבן דינסטאג שופטים נאכמיטאג, ווען דער רבי שליט"א איז אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה צום מעמד סיום כתיבת האותיות. מען האט געזונגען הארציגע ניגוני התעוררות, און איינער פון די בחורים האט פארגעזאנגען חרוזים לכבוד המעמד. דער רבי שליט"א האט דאן אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, אפגעראכטן דעם מעמד לחיים און אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, פארן פאטער הר"ר אליהו זאב יאקאב שליט"א, פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע תלמידים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידים וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט בטירחא דגופא ובטירחא דממונא צו שרייבן דעם ספר תורה לעילוי נשמתו פונעם אומפארגעסליכן פריינד, וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין דורות. דער רבי האט באזונדער מעורר געווען אויסצונוצן די לעצטע וואכן ביז סוף זמן צו חזר'ן די תורה שבעל פה במסכת בבא בתרא, און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א לענגערע צייט. מיט גלילה איז מכובד געווארן דער טאטע הר"ר אליהו זאב שליט"א, נאכדעם האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט, דאן מכבד געווען דעם דיין שליט"א צו טאנצן, און ממשיך געווען מיט די ריקודין.
אויפצומארגנס, מיטוואך שופטים נאכמיטאג, האט דער רבי ארויסגעפירט דעם ספר תורה פון ביתו נאוה קודש מיט טענץ און געזאנג לרחובה של עיר, וואו ער האט געטאנצן אונטער דער חופה מיט אן אויסטערלישע התלהבות, און דערנאך צוריק אריין אין שטוב. נאך א שטיק צייט איז דער רבי ערשינען צום ריקודין של מצווה אינעם היכל המתיבתא, איבערגענומען דעם ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש כנהוג, דערנאך מכבד געווען צו טאנצן די בני המשפחה און חברי הנהלת המתיבתא. צום שלוס האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות כדרכו.



























































































































































































תגובות