top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בשנה הששית: הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא זצ"ל בצל בנו האד' מסאדיגורא

  • לפני 9 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' ראה • כ''ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט התרוממות דקדושה האבן חסידי סאדיגורא אפגעצייכנט די זעקסטע יומא דהילולא פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר בעל 'עטרת ישראל' מסאדיגורא זצוק"ל, בצל בנו וממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א.


בשעת אלע תפילות אין טאג פונעם יארצייט איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען פונעם דאווען-שטוב צו די קדישים. נאך שחרית האט דער רבי אנגעצינדן דעם נר תמיד וואס ברענט דורכאויס דעם יאר אין ביהמ"ד לטובת נשמתו פונעם רבי'ן זצ"ל, און דערנאך מעריך געווען א שולחן לחיים. ביי וועלכן דער רבי האט פארגעלערנט דעם טעגליכן שיעור אין משניות און געזאגט קדיש דרבנן.


דערנאך האט דער רבי מכבד געווען עטליכע פון די זקני ונכבדי העדה צו דערציילן עובדות און סיפורים פונעם בעל ההילולא, צווישן זיי: הרה"צ רבי יחיאל מיכל שדרוביצקי שליט"א מסטרעטין, הרב אברהם יעקב קעסטנבוים, און הרב בנימין הלפרין ראש הקהל סאדיגורא אין לעיקוואד. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען אמרי קודש, און דער ראש כולל גבוה הגאון רבי יצחק שלמה פייגנבוים שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן א קובץ חידושי תורה מפרי עמלם פון די יונגעלייט אינעם רבינ'ס כולל.


נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ארויף במעמד קהל רב צום ציון הק' ביים חלקת צדיקי בית רוזשין אויפן בית החיים נחלת יצחק אין גבעתיים. דער רבי שליט"א האט אנגעצינדן דעם נר תמיד וואס ברענט א גאנץ יאר אויפן ציון הק', און געצינדן נשמה-ליכט אויף אלע ציונים פון צדיקי בית סאדיגורא און די רביצינס. מען האט געזאגט די מזמורי תהילים וואס איז מקובל בבית רוזשין בהשתפכות הנפש, און נאכן זאגן דעם 'יהי רצון' און י"ג מידות של רחמים האט דער רבי געזאגט קדיש. הגאון רבי יוסף צאלער שליט"א ראש ישיבה לצעירים סאדיגורא האט געזאגט דעם קל מלא רחמים, און דער רבי האט געליינט קוויטלעך און א לענגערע צייט זייעמדיג מעתיר לדבר ישועה ורחמים למען הכלל והפרט.


באזונדער איז דער רבי צוגעאנגען צו קברי אבותיו הקדושים און מתפלל געווען א תפילה חרישית ביי יעדן ציון. ביים ארויסגיין האט דער רבי אנגעצינדן א נשמה-ליכט אויפן ציון פון הרה"ק רבי אברהם מתתיהו משטפנשט זי"ע.


לעת ערב איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שולחן הטהור לכבוד ההילולא. דער רבי האט געמאכט דעם סיום הש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך כל קהלא קדישא לטובת נשמתו פונעם בעל ההילולא, און דאן געזאגט קדיש. מיטן התחלת הש"ס האט דער רבי מכבד געווען הגאון רבי זעליג בראווערמאן שליט"א ראש ישיבת סאדיגורא. מ'האט געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות, און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש, יסודות'דיגע הדרכות און ענינים במשנתו פונעם פאטער דער בעל הילולא.




bottom of page