קדש היכלך: האד' מנדבורנא צפת באזוכט בהיכלו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א
- 11 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' משפטים • כ''ד שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן
דעם זונטאג פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים וואו דער רבי האט מנחם אבל געווען די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצ"ל וואס איז געווען א פעטער פארן רבי'ן זייענדיג אן איידעם ביי הרה"ק רבי שמעון נתן נטע מלעלוב זצ"ל.
נאכן מנחם אבל זיין די קינדער האבלים און ביים פעטער האדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג איז דער רבי אנגעקומען לביתו נאווה קודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וואו דער רבי האט געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן מחסידיו, ביי וועלכן הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז געווען מוהל. נאכן ברית איז דער רבי אריין אויף א באזוך צום פאר הדור וואו מען פארפירט א שיינעם שמועס און זיך געוואונטשן איש את רעהו ברוב ברכות.



















תגובות