top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילע תושבי בארא פארק מיטגעהאלטן שיעור כללי מפום ממלל רברבן ראש הישיבה הגאון ר' שאול אלתר שליט"א

פרייטאג פ' בחוקותי • כ"ג אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


שווערע הונדערטער תושבי בארא פארק, לומדים, גאונים און בני תורה האבן נעכטן געהאט די זכיה מיטצולעבן און מיטצוהאלטן די צענטראלע שיעור כללי מפום ממלל רברבן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, די עמינעמס זאל איז געווען איבערגעפולט מקצה אל קצה מיט הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה, דער ראש ישיבה האט מאריך געווען בדרוש ופלפול אין די סוגיא פון 'איסור קצירה שלפני קצירת העומר', ווען די גאנצע זאל ווערט פארוואנדלט אין איין שטיק תורה בקדושה וטהרה בפלפול ואגדה. נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה איבערגעבן א ווארעמע שמועס הכנה לחג השבועות, און אנגעווארעמט די משתתפים זיך צו מחזק זיין בלימוד התורה כדרכו בקודש. נאכן שיעור האט מען געדאווענט מעריב און עס איז געוועהן א געלעגנהייט פארן ציבור דורכצוגיין שלום נעמען.


פריער אין טאג האט די ראש ישיבה באזוכט אינעם תלמוד תורה ומכינה לישיבה 'יגדיל תורה' אין בארא פארק, ביים אנקומען האט זיך דער ראש ישיבה ארומגעדרייט צווישן די כיתות און מיטגעהאלטן די לימודים מיט גרויס קורת רוח, דערנאך איז פארגעקומען די חומש סעודה פאר די ילדי כתה א' נאכגעפאלגט מיט א מעמד קבלת פנים דורך אלע ילדי תשב"ר. דער ראש ישיבה האט אפגעראכטן א באזונדערע מסיבת לחיים מיט די בחורים תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה, און אויך איבערגעגעבן א שמועס בעניני חינוך פאר די מלמדים און די צוות החינוך.


אצינד גרייט מען זיך צום היסטארישן שבת וואס דער ראש ישיבה וועט פראווענען אויף א גרויסער פארנעם אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק, די טיש שלש סעודות וועט געפראוועט ווערן במעמד אלפי ישראל אין די ריזן עמינעמס זאלן אין צענטער פון שטאט.



Comments