top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כבודה של תורה: געהויבענע שעה'ן פון שמחת התורה ביי מעמד נהדר "כתרה של תורה" פאר הונדערטער בחורי תולדות אהרן

  • Bechatzros admin
  • 4 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר

מיט פייערליכע הרגשים פון תנו כבוד לתורה איז פארלאפענעם מוצאי צום עשרה בטבת אפגעראכטן געווארן די חגיגה מפוארה "כתרה של תורה" צוגעשטעלט פאר די הונדערטער עמלי תורה בחורי חמד תלמידי הישיבות תולדות אהרן בארה"ק וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף הונדערטער בלעטער גמרא מיט תוספות אויף אויסנווייניג, אין ראם פון די חבורה "כתר תורה" דק"ק תולדות אהרן.


די חגיגה איז פארגעקומען אויף א גראנדיעזן און מלכות'דיגן פארנעם אין א פראכטפולע זאל אין מושב "צפריה" נעבן כפר חב"ד, וואו עס האבן אנטיילגענומען די הונדערטער חתני התורה וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי די גדולי הרבנים אויף מסכתות ביצה קידושין און בבא מציעא.


דער מעמד איז געעפנט געווארן דורכ'ן טאלאנטפולע יושב ראש הרב אברהם יצחק כהן הי"ו וועלכער האט מכבד געווען מיט'ן דבר המעמד דעם יו"ר מסגרת כתר תורה הרה"ג ר' יוסף צבי סימאן ראה"כ גומרת שבת תולדות אהרן.


א דרשה נפלאה איז געהערט געווארן דורכ'ן אורח הכבוד פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' צבי זאב שפירא ר"מ ישיבת אורייתא, וועלכער האט באשיינט בשליחות אביו הנגיד ר' יצחק שפירא וואס טוט אלע יארן באשיינען די מעמדים אלס אורח הכבוד לכבודה של תורה.


ארום 10:15 האט מען זוכה געווען מקבל צו זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, און דאן איז מען צוגעטרעטן צו די סיומי המסכתות, און דער רבי שליט"א האט געזאגט קדיש, ווען ספאנטאן לאזט זיך דער ציבור ארויס אין עקסטאזליכע טענץ ששים ושמחים בשמחת התורה, אנגעפירט דורך די קאפעליע פון תולדות אהרן, אין שפיץ פונעם ראש המנגנים ר' מאיר סטאריק וועלכע האבן מהנה געווען בשעתן גאנצן מעמד.


אלס הכנה צו די דברות קודש פונעם רבי'ן האט מען געזינגען ניגוני דביקות והתעוררות, און דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קדשו לכבוד המעמד, און דערנאך האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין ריקודין עלאין.


דערנאך זענען די הונדערטער תלמידים אריבער כבני מרון ערהאלטנדיג פון רבי'ן די "תעודות" און "געבענטשטע מטבעות", ווען דער רבי שליט"א איז פאר יעדן מאיר פנים מיט דברי עידוד והערכה.


דערנאך זענען די בחורים ארויס צו די קארידאר פונעם זאל וואו ס'איז געווען צוגעגרייט די טייערע סעטס ספרים וואס איז פארטיילט געווארן פאר אלע בחורים המצטיינים.


צום שלוס איז אפגעהאלטן געווארן לעבעדיגע טענץ דורך אלע חתני התורה וואס האט זיך פארצויגן ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן.



תגובות


bottom of page