האד' מוויזניץ וועט אנקומען קיין מירון צום פתיחת המגבית לטובת המוסדות; שבת מרומם פאר נגידים וועט פארקומען דעם ווינטער
- לפני 19 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' דברים • כ''ח תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בחצר הקודש וויזניץ ווערן געמאכט אינטענסיווע צוגרייטונגען צו א מאסיוון קאמפיין לטובת איגוד מוסדות וויזניץ, אין א צייט ווען די מוסדות שטייען אונטער א ערנסטע פינאנציעלע לאסט צוליב די שווערע געלט סאנקציעס וואס די מדינת ישראל רעגירונג האט ארויפגעלייגט אויף די עולם התורה.
אין צוזאמענהאנג מיטן מגבית איז געמאלדן געווארן אז דער מנהיג העדה הקדושה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועט ארויספארן אויף א מסע הקודש קיין אתרא קדישא מירון דעם ערב ראש חודש אלול, בראש העדה די טויזנטער חסידים, וואו עס וועט אפגעהאלטן ווערן א מעמד התעוררות ותפלת רבים שטייענדיג ביים שוועל פון די ימי הרחמים והרצון, אינאיינעם מיט'ן אפיציעלן פתיחת המגבית.
גלייכצייטיג איז געמאלדן געווארן די איבעראשנדע נייעס, אז במשך דעם קומענדיגן ווינטער וועט פארקומען א היסטארישע שבת אין מירון אינאיינעם מיטן רבי'ן שליט"א, ספעציעל פאר די נדיבים בעם וועלכע וועלן זיך משתתף זיין מיט די מינימאלע סכום פון דרייסיג טויזנט שקל ביי די איצטיגער קאמפיין לטובת די מוסדות. די שבת ווערט שוין יעצט ארגאניזירט בכל פרטי' אויף א פראכטפולן פארנעם, און נגידים פון אלע עקן וועלט זענען ערווארטעט אנצוקומען מיטהאלטן דעם זעלטענעם שבת מרומם וואס דער רבי שליט"א וועט פראווענען תוך אמוני עם סגולה בהיכלו פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי.
די גרויסע מסירות נפש פונעם רבי'ן שליט"א, קומט ווידער צום אויסדרוק ווען טראץ זיין שוואכן געזונט-צושטאנד טוט דער רבי זיך מטריח זיין למעלה מכוחותיו, און וועט אונטערנעמען די לענגערע נסיעות קיין מירון, כדי מחזק צו זיין די מוסדות אין דער שווערער תקופה.

