דינסטאג פ' בהעלתך - י"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות
דאס יהדות הגולה שטורעמט, מיטלעבענדיג געהויבענע שעות פון 'כבוד התורה', ביים גייסטרייכן באזוך פונעם ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבודקא. דורכאויס די היסטארישער 'מסע חיזוק עולם התורה' טוט דער ראש ישיבה אויפטרעטן מיט שיעורים און דרשות אין די גרעסערע היכלי הישיבות והכוללים און טויזענטע יודן קלאמערן זיך ביי די קבלת קהל נהנה צו זיין מאורו הבהיר.
דאס התרגשות וואס הערשט ביי די ליטווישע וועלט מיטן אנקום פונעם גרויסן ראש ישיבה, דערקענט זיך פון א מודעה וואס איז געהאנגען געווארן אין ביהמ"ד גבוהה ד'לעיקוואוד מיט די 'דיני ברכת שחלק מחכמתו ליראיו', און א תשובה פונעם שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי אז מ'דארף טאקע מאכן דעם ברכה ווען מ'זעט א גדול בישראל.
דער ראש ישיבה איז אננגעקומען קיין ניו יורק זונטאג אין די צופרי שעות, ביים אראפשטייגן פונעם עראפלאן האבן אפגעווארט דער בעל האכסניא הנגיד ר' שמעון גליק אין העסקן ר' מאיר מעלניק, דער ראש ישיבה איז תיכף צוגעפארן קיין מאנסי צו די אכסניא בבית הנגיד ר' שמעון גליק. נאכמיטאג האבן זיך צוזאמגענומען טויזענטע ילדי התלמודי תורה פון די ליטווישע קרייזן אין מאנסי והגלילות און דער ראש ישיבה האט אויפגעטראטן פאר זיי בדברי חיזוק. דערנאך האבן די קינדער זוכה געווען אריבערצוגיין און באקומען א ברכה פונעם ראש ישיבה.
ביינאכט האט זיך דער ראש ישיבה באטייליגט ביים ריזן כינוס 'אדירי התורה' ווי ברייט באריכטעט. ווען דער ראש ישיבה איז ערשינען אין זאל האבן זיך די טויזענטע באטייליגטע אויפגעשטעלט און אויסגעבראכן אין פייערדיגע טענץ לכבוד התורה, בענוות קדשו האט דער ראש ישיבה נישט געוואלט זיצן אויפן שטול וואס איז צוגעגרייט געווארן ביים צענטער פונעם אויבן אן, נאר האט ענדערש געוואלט זיצן אויף א פשוטן בענקל. מה נהדר היה המראה, ווען דער ראש ישיבה האט באשיינט דעם ריזן מעמד אדיר, זיצענדיג אויפן מזרח ווען אויף זיינע צוויי זייטן זיצן די גדולי ראשי הישיבות בארצות הברית.
נעכטן איז דער ראש ישיבה אנגעקומען קיין פעסעיק ניו דזשערסי און אויפגעטראטן מיט א שיעור אין ישיבת פעסעיק בראשות הגאון ר' מאיר שטערן שליט"א, דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגעטראטן אין די ארטיגע ישיבה קטנה ווי הונדערטע בחורים האבן מקבל פנים געווען דעם גרויסן גאסט. דערנאך האט דער ראש ישיבה אופגענומען דעם ציבור אין שטוב פון הנגיד ר' עזרא דעוויד הי"ו, ווי עס זענען געקומען באזוכן די גדולי הרבנים פון שטאט צווישן זיי, הגאון רבי אהרן קאהאן און הגאון ר' מנחם זופניק שליט"א, אזוי אויך זענען אריבערגעקומען די תלמידי מתיבתא ד'פעסעיק בראשות הגאון רבי מאיר רובין אפנעמען ברכת הקודש.
פון דארט איז דער ראש ישיבה אנגעקומען קיין בארא פארק און איבערגעגעבן א שיעור אין די בארימטער נאוואמינסק'ער ישיבה, און שפעטער ביינאכט איז פארגעקומען די גרויסע מעמד הקבלת פני רבו אין די בית-אל שול אין בארא פארק וועלכע איז געוועהן איבערגעפילט מלא על כל גדותיו דורך המוני תושבי בארא פארק ויוצאי הישיבה פון אלע יארן וועלכע זענען געקומען להקביל פני רבם, ולקבל תורה מפיו. ווי אויך געווארן אויפגעשטעלט ספעציעלע סקרינס אין א זייטיגן זאל פונעם שול פאר די פילע אידן וועלכע זענען געוועהן געצווינגען צו פארבלייבן אינדרויסן צוליב מאנגל אין פלאץ אינעם שול.
דער ראש ישיבה האט איבערגעבן א שיעור בעומקא דשמעתתא, אין דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה. ביים שיעור האבן אנגעזעהן א רייע רבנים ודייני העיר בארא פארק וואס זענען געקומען מיטהאלטן און הערן די פנינים יקרים אין דברי פי חכם חן.
Comments