קרית צאנז צהלה ושמחה: אלפי חסידי צאנז לעבן מיט געהויבענע חתונה פון נכדת האד' מצאנז
- 21 ביוני
- זמן קריאה 5 דקות
זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין
מיט טיפע התרגשות האבן אלפי חסידי צאנז זיך מיטגעפריידט ביים געהויבענעם שמחת נישואין בבית רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה דעם רבינס אייניקל די כלה תחי' א טאכטער ביי זיין זון הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם שליט"א, רב חסידי צאנז אין אמעריקא וראש ישיבות צאנז, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט החתן הבחור המופלג, הערשל גליק שליט"א, ממצויני תלמידי ישיבת צאנז זון פון הרה"ג ר' נפתלי גליק שליט"א פון לאנדאן, זון פון הגה"צ רבי יוסף שלמה גליק שליט"א מראשי ישיבת חיי משה און איידעם ביי הגה"צ רבי משה יהודה היילפערין שליט"א אבד"ק בית שמואל ראדאמישלא לאנדאן.
די שמחה הרוממה איז אפגעראכטן געווארן אינעם גיגאנטישן "היכל ראזענבערג" אין קרית מלך רב אין נתניה, וואס איז במשך די גאנצע שמחה געווען מלא על כל גדותיו עד אפס מקום מיט טויזנטער חסידים פון נאנט און ווייט און פילע געסט פון אויסלאנד וואס זענען געקומען צו פארן מיטצולעבן די שמחה בבית צדיקים.
אום זעקס דרייסיג, איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד הקבלת פנים, לקול תרועת הזמר, און מען האט געזינגען פילע ניגוני התעוררות ודביקות. די עסקנים פון ארגון "שמחם" האבן איבערגעגעבן א ספעציעלן קוויטל, מיט די נעמען פון די עלטערע בחורים חסידי צאנז, דער רבי שליט"א האט דערביי געוואונטשן ברכת קדשו און זיך אנגערופן מיט א סכום הגון פאר די יערליכע מגבית לטובת די אירגון.
דאן האט דער רבי משמיע געווען די דברי כיבושין כנהוג וואו ער האט דערמאנט די אבות הקדושים וואס קומען אראפ אין אזא הייליגע צייט זיך משתתף צו זיין ביי די שמחה און קוקן זיך אום אויף די מצב פון אידישע קינדער אין דעם ביטערן גלות. באזונדער האט דער רבי מעורר רחמים געווען לרפואתם פון די גדולי הדור וואס זענען אנגעוואנדן אין א רפואה, דערמאנענדיג מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א רבי ישראל בן לאה אסתר און כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א רבי יצחק אריה בן חנה, וואס רבים צריכים לו זייענדיג א געוואלדיגע איש חסד.
נאכן מעמד הבאדעקן אינעם היכל הישיבה קטנה, איז דער רבי מיט די שושבינון ארויס צום מעמד החופה תחת כיפת השמים, וואו די גאנצע גאס ארום איז געווען שווארץ פון פילע טויזנטער חסידים. ביי די חופה האט מען געזינגען הארציגע ניגוני התעוררות, און דער רבי האט געליינט דעם קוויטל פון די עלטערע בחורים.
דער רבי שליט"א האט מסדר געווען חופה וקידושין, און אלס עדי קידושין האבן געדינט הגה"צ רבי שלום אייזנבערגער דומ"ץ קרית צאנז ירושלים און הגה"צ רבי יצחק שעכטער דומ"ץ קרית צאנז נתניה, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א פון ירושלים מחותן מצד הכלה. מיט ברכות ראשונות דער עלטער-פעטער הגה"צ גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה שליט''א, און מיט ברכה אחריתא דער עלטער-פעטער פון חתן און כלה, כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.
נאכ'ן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ און דער רבי האט אנגעוואונטשן דעם גאנצן עולם מיט פילע ברכות, דערויף איז דער רבי אריבער וואונטשן מזל טוב אין חדר יחוד און אפגעראכטן א שולחן לחיים מיט די זיידעס און מחותנים, שפעטער איז דער רבי צוריק למעון קדשו, געדאוונט מעריב און א צאל געסט פון חוץ לארץ זענען דורך שלום נעמען און וואונטשן מזל טוב.
אום צען אזייגער האט די ציבור האלפים אויסגעבראכן מיט א פייערליכן געזאנג "קול רינה וישועה באהלי צדיקים", ביים ענטפאנגען דעם רבי'ן שליט"א צו די שמחה. דער רבי האט מעודד געווען די ניגונים בעוז ותעצומות פאר עטליכע מינוט,און דערנאך געטאנצן א באזונדערע פייערדיגע מחול לצדיקים מיט גיסו הגדול כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, און באזונדער מיט זיין זון דער מחותן הגה"צ רב חסידי צאנז אמעריקא שליט"א.
עטליכע מינוט דערויף איז דער חתן ערשינען אין זאל און דער רבי שליט"א האט זיך ווידער ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה און דערביי מכבד געווען די זיידעס און די פעטערס, הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים און הגה"צ גאב"ד מאקאווא, צו טאנצן עקסטער מיט'ן חתן. א שיינעם מחול לצדיקים איז געשאפן געווארן ווען דער רבי איז געטאנצן מיט זיינע דריי שוואגערס חתני דבי נשיאה: גאב"ד קרית צאנז ירושלים, גאב"ד קרית הבעש"ט, און הגה"צ רבי אליעזר דוד שפירא אבד"ק צאנז בני ברק, אויך איז דער רבי געטאנצן באזונדער מיטן פעטער כ"ק אדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א.
במשך די שמחה האבן זיך באטייליגט פילע אדמו"רים ורבנים, צווישן זיי האדמורי"ם ממאקאווא, נדבורנא חיפה, סטריקוב ירושלים, גארליץ, קאסוב וויזניץ, סטראפקוב, ברעזאן, הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא, גאב"ד ביתר, ראש ישיבת וויזניץ, ,גאב"ד צאנז שיכון ג', אב"ד וויזניץ ברכפלד, אב"ד טשערנאביל אלעד, גאב"ד מאקאווא אשדוד, אב"ד קרעטשניף בני ברק, אב"ד ראדאמישלא רמות, אב"ד מאקאווא בני ברק, הגה"צ רבי יואל זושא בידערמאן אב"ד לעלוב, די רב הראשי הגאון רבי קלמן בער און הגה"צ רבי חיים צבי שפירא ראב"ד מחזיקי הדת בעלזא, אזוי אויך פילע אישי ציבור צווישן זיי הרב מאיר פרוש, הרב מאיר רובינשטיין מעיאר פון ביתר, און אברהם סלאמע מעיאר פון נתניה.
שפעטער בעת די ריקודין איז געווען א געלעגנהייט פאר די טויזנטער חסידים אריבערגעגאנגען וואונטשן מזל טוב פאר'ן רבי'ן. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן דער זיידע פונעם חתן הגה"צ רבי יוסף שלמה גליק שליט"א, מיט די ברכות ראשונות הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, און מיט ברכה אחריתא הגה"צ רבי חיים צבי שפירא שליט"א ראב"ד מחזיקי הדת בעלזא.
נאך א קורצע הפסקה קרוב לחצות הלילה איז דער רבי שליט"א צוריק ערשינען אינעם היכל צום הויכפונקט פון די שמחה, דעם מעמד המצוה טאנץ. מען האט געזינגען דעם ניגון התעוררות "תורה הקדושה התחנני בבקשה", בשעת מען האט צוזאמגענומען פונעם עולם דער סכום קבוע פון 1200 שקל פון יעדן חסיד לטובת "קרן הצלת עולם התורה דצאנז", וואו דער רבי זעלבסט האט מנדב געווען ברבים דעם באשטימטער סומע, און עס איז פארגעליינט געווארן א ברכת קודש פונעם רבי'ן פאר אלע משתתפים וואס האבן זיך אנגעשלאסן אינעם מגבית.
דערנאך האט בדחנא דמלכא ר' אלימלך משי זהב הי"ו מחשובי חסידי צאנז אין חיפה אויסגערופן דעם רבי'ן מיט הארציגע און רירנדע חרוזים. א באזונדערע התעוררות האט ארומגענומען דעם זאל ווען מען האט געזינגען דעם ניגון "התעוררות רחמים רבים" פונעם זלאטשובער מגיד וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין א העכערע אטמאספערע.
דערנאך האט דער רבי מפזז ומכרכר געווען לקראת הכלה בעוז ותעצומות אויפ'ן מקובל'דיגן ניגון, טאנצנדיג מיט א אש שלהבת וואס האט אנגעצינדן די הערצער פון די טויזנטער חסידים, דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט'ן חתן, און דערנאך אן עקסטערן ריקוד מיט זיין זון דער מחותן רב חסידי צאנז אין אמעריקא, דערנאך מיט די אנדערע זיידעס און מחותנים.
דאן איז דער רבי געטאנצן א עקסטערע ריקוד לפני הכלה מיט זיינע שוואגערס הרבנים, און דערנאך מכבד געווען יעדער פון זיי צו טאנצן מיט די חתן.
דערנאך האט מען מכבד געווען די חשובע זיידעס פון חתן און די מחותן אבי החתן און דערנאך דער אבי הכלה הגה"צ רב חסידי צאנז אין אמעריקא. בשעת זיין ריקוד האט דער רבי אפגעראכטן אן עקסטערן מחול לצדיקים מיט זיינע אנדערע דריי זון הרבנים הגאונים הצדיקים טאנצנדיג לפני הכלה, דערויף זענען די זין פונעם רבי'ן שליט"א יעדער באזונדער ארויס אין א טאנץ מיט זייער ברודער דער בעל שמחה און עקסטער מיטן חתן.
צום לעצט זענען געטאנצן לפני הכלה די פעטערס קינדער פונעם זיידן הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל א שוואגער פונעם רבי'ן שליט"א, און דערנאך די מצוה טאנץ פונעם חתן לפני הכלה. אין א אומגעווענליגע שריט, האט דער רבי געהייסן זינגען דעם ניגון "אין כאלוקינו" וואו עס איז נהוג אין די צאנזער הויפן יסודתו בהררי קודש גרויסן זיידן דער הייליגער צאנזער רב זי"ע צו זינגען נאך די מצווה טאנץ. עס איז שוין געווען אום 2:30 אויפדערנאכט ווען מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה, און די חסידים האבן זיך צושפרייט למקומות מושבותיהם מיט געהויבענע געמיטער נאכן מיטלעבן אזעלעכע געהויבענע שעות פון שמחה והתעלות.



























































תגובות