top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער חסידים פון חצרות סקווירא - וויזניץ וועלן איבערפילן גיגאנטישע "אר-סי-סי" קאמפלעקס ביי חתונה הגדולה ב' וירא

דאנערשטאג לך לך • ו' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א שטראם פון שמחה נעמט ארום טויזנטער חסידים פון די גרויסע רבי'שע הויפן סקווירא און וויזניץ, זיך גרייטנדיג צו די חתונה הגדולה והרוממה וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גרויסארטיגן פארנעם דעם קומענדיגן מאנטאג וירא אינעם גיגאנטישן "ראקלענד קאמיוניטי קאלעדזש" פעסטונג, באקאנט אלס "אר-סי-סי" קאמפלעקס. אויף 145 קאלעדש ראוד אין סאפערן בגלילות מאנסי און סקווירא.


עס וועט גיין אונטער די חופה החתן בן הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי בנו הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' פנחס שלום הלוי ראטענבערג רב דקהל שירת הלוים קאסאן, בן כ"ק אדמו"ר מקאסאני שליט"א חדב"ן הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע.


די ימי השמחה האט זיך שוין אנגעהויבן נאך פאריגן זונטאג לך, ביי די גראנדיעזע חגיגה "חנוכת הבית" צום קרית הישיבות וויזניץ אין נייעק, וואס האט גלייכצייטיג קאמבינירט א סעודת עניים לרגל די בעפארשטייענדע חתונה.


דעם היינטיגן שב"ק לך וועט פארגעקומען דער שבת עלי' לתורה בצל קדשו פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אין שיכון סקווירא, וואו מ'וועט האבן די זכי' צו מקבל פנים זיין דעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וואס וועט אפרעכטן דעם שבת של שמחה בתוככי קרית מלך רב.


די אכסניא פונעם וויזניצער רבי'ן וועט זיין בבית הרבני הנכבד ר' ראובן שמעון אויסטערליץ. מנחה וועט דער וויזניצער רבי דאווענען באזונדער אינעם בנין מרכז הכוללים ביים זמן הדלקת הנירות לויט'ן וויזניצער זמן, און דערנאך אריבערגיין צו קבלת שבת אין ביהמ"ד הגדול במחיצת הקודש פונעם סקווערער רבי'ן.


דער וויזניצער רבי וועט אפרעכטן די טיש פרייטאג צונאכטס אין אולם אביר יעקב, און ממשיך זיין דערנאך ביים טיש פונעם סקווערער רבי, און שפעטער נאכ'ן טיש ממשיך זיין מיט א באטע בבית האכסניא. שחרית  וועט זיין אין ביהמ"ד הגדול, און נאכ'ן דאווענען וועט פארגעקומען די קידושא רבא לרגל השמחה בראשות די רביים שליט"א. די מיטאג טיש פונעם וויזניצער רבי וועט זיין בבית האכסניא, און וועט דערנאך אריבערגיין דאווענען מנחה אינעם שאטער הגדול אינאיינעם מיט'ן סקווערער רבי שליט"א. שלש סעודות וועט דער וויזניצער רבי פראווען אין אולם אביר יעקב, און דערנאך ממשיך זיין ביים סקווערער רבי'ן, וואס וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט א פארשפיל בתופים ומחולות במעמד אלפי החסידים.


פרייטאג צונאכטס וועט זיך ארויסלאזן א שיירא פון חסידי וויזניץ פון מאנסי קיין שיכון סקווירא, און ס'איז ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה מטעם הנהלת ביהמ"ד אור מרדכי וויזניץ, אין שכונת יוניאן ספרינג וואלי, אז עס וועט זיין צוגעגרייט טעימה קלה פאר די שיירה, בייגעלייגט מיט א דעטאלירטע מאפע וואס צייגט אן את הדרך אשר ילכו.


זונטאג וירא אויפדערנאכט וועט פארגעקומען דער "חתן מאהל" אין שיכון סקווירא, און צומארגנס מאנטאג וועט פארגעקומען די גרויסע רבי'שע חתונה וואס ברענגט אויף נאסטאלגישע געפילן ביי די עלטערע חסידים פון ביידע הויפן, סיי פון סקווירא און סיי פון וויזניץ, ווען מיט צענדליגער יאר צוריק איז פארגעקומען עטליכע גרויסע רבי'שע חתונות פון דיצוויי הויפן אין זאל פון אר-סי-סי, און אצינד ווערט אויפגעברענגט די אמאליגע שמחה ווען מ'וועט זיך ווידער מיטפרייען באותו מקום צווישן די ווענט פונעם ריזן גיגאנטישן זאל וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור האלפים פון ביידע חצרות.


טעטיגע עסקנים פון ביידע הויפן זענען שוין וואכן לאנג אקטיוו אויסצוארבעטן דעטאלן מיט א ברידערליכע קאאפעראציע, אין שפיץ פון די בארימטע וויי עף פראדאקשאנס פירמע אונטער די פירערשאפט פונעם עסקן נמרץ ר' יוחי פליישמאן, הויכשטאקיגע פארענטשעס וועלן בארינגעלען דעם זאל און הונדערטער טישן ווערן צוגעגרייט פאר די סעודת החתונה, באזונדער ווערן צוגערישט אן עקסטרע זאל פאר די פרויען, און א הויכע חופה פלאטפארמע אין צענטער פונעם קאמפלעקס.


די חתונה וועט נאכפאלגן מיט געהויבענע שבעת ימי המשתה, שבת שבע ברכות וועט פארקומען במעון הקודש פונעם זיידן האדמו"ר מקאסאני, אין די זאלן פון תפארת עלקא. די צענטראלע שבע ברכות רבתי אין שיכון סקווירא וועט פארקומען דאנערשטאג וירא. די לעצטע שבע ברכות ווערט אפגעהאלטן דורך ק"ק וויזניץ מאנסי אין ביהמ"ד הגדול  לבוש מרדכי וויזניץ אין מאנסי.



Comments


bottom of page