top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי בעלזא לעיקוואד מיטגעלעבט שבת התעלות בראשות הרב דוד רוקח נכד האד' מבעלזא

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 28 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בא • כ"ח טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק


טעג פון התעלות והתרוממות הנפש איז אריבער אויף חסידי בעלזא תושבי עיר התורה והחסידות לעיקוואד, בראשות פונעם געהויבענעם גאסט פון ארץ ישראל, הרה"ג ר' דוד רוקח, נכד כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, ווען אינעם הויכפונקט איז אפגעהאלטן געווארן דער שבת מרומם אין לעיקוואד פון וואס דער ציבור האט געשעפט פולע באגאזשן מיט חיזוק והתעוררות.


דער חשובע גאסט איז געקומען צו פארן בשליחות הקודש צו באשיינען די גראנדיעזע מעמד "יובל העשור" אין ק"ק בעלזא אין לעיקוואד, אפצייכנענדיג גאנצע צען יאהר כולם שווים לטובה זינט די התייסדות פון קרית בעלזא לעיקוואד, וואס איז די קורצע תקופה אויסגעשטיגן אלס א קהילה נאה וחסידה מיט מוסדות התורה והחינוך וואס וואקסט און בליעט לשם ולתפארת, די מעמד איז פארגעקומען אין די פראכטפולע 'שעריטאן האטעל' אין ניו דזשערזי, בשילוב מיט א דינער להחזקת המוסדות הקדושים אין לעיקוואד.


אלס יושב ראש האט געהאלטן געשפאנט הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, און דערנאך האט מען געהערט די לענגערע דרשה דורכ'ן נואם הכבוד הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער מנהל ישיבת תורת צבי ספינקא קרית יואל, וועלכער האט אנגעווארעמט די הערצער צום גרויסן מגבית. אינעם הויכפונקט האט מען געהערט די משא המעמד דורכן גאסט הרב דוד שליט"א וועלכער בפתח דבריו איבערגעגעבן די ברכת הקודש פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א צום מעמד.


אין די טעג בעפאר - און נאך שבת האט הרב דוד באזוכט אין אלע אפטיילונגען פון די קהילה און מוסדות אין שטאט לעיקוואד, ביים תלמוד תורה 'מחזיקי הדת' אין קרית בעלזא וואו ער איז ארומגעגאנגען צווישן די כיתות און פארהערט די קינדער אויף די לימודים, אין די ישיבה קטנה וואו ער האט איבערגעגעבן א לומדישע שיעור, אין די כולל לאברכים און אין די שטיבלעך דחסידי בעלזא לענגאויס די שטאט.


דער שבת וארא איז אריבער מיט אן אויסטערלישע געהויבנקייט און ווארעמקייט בצלו פונעם אורח הדגול. אנגעהויבן ביי די ווארימע תפילות און די שבת אחים פרייטאג צונאכטס און בפרט בעת רעווא דרעווין וואס איז פאריבער מיט גרויס התעוררות מיט לענגערע שיחת התחזקות פון הרב דוד לכבוד די ימי השובבי"ם און דברי התעוררות בענינים הצריכים חיזוק. די שלש סעודות האט זיך אריינגעצויגן ביז שפעט נאכן זמן מוצאי שבת באגלייט בכלי שיר וזמרה און ריקודין עילאין, בשבח והודאה נאכן מיטלעבן אזא שיינעם שבת.


זונטאג נאכמיטאג האט זיך הרב דוד אהיימגעקערט אויפ'ן וועג קיין ארצינו הקודש, שליסנדיג די מסע חיזוק פאר חסידי בעלזא תושבי לעיקוואד וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page