top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסיווע איבערבוי פראיעקט ביים ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען אריין אין שוואונג

  • Bechatzros admin
  • 25 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' קרח • כ"ט סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

אין די טעג איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע פּראיעקט פון הרחבת גבולי הקדושה אינעם נאסטאלגישן פשעווארסקער ביהמ"ד אין אנטווערפּען אויף די מערקאטור גאס, דער מקום הקודש וואס איז שוין צענדליגער יארן א תל תלפיות פאר אידן איבער די גאנצע וועלט וועלכע האבן כסדר געשטראמט אהין להסתופף בצל קדשם פון צדיקי בית פּשעווארסק, הלא המה הרה"ק ר' איציקל זי"ע און זיין איידעם הרה"ק ר' יאנקעלע זי"ע, און כהיום ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מפּשעווארסק שליט"א וועלכער פירט ווייטער דעם הייליגן הויף באותו מקום.


ווי באוואוסט איז דער פשעווארסקער ביהמ"ד אין די לעצטע יארן היבש אויסגעוואקסן דעם גרויסן ציבור בליעה"ר סיי די קביעות'דיגע מתפללי הביהמ"ד און בעיקר די פילע געסט וועלכע קומען כסדר צו פארן מארבע כנפות הארץ להסתופף בצל הקודש, און טראץ דעם וואס מען האט שוין עטליכע מאל פארברייטערט דעם ביהמ"ד איז דאס אבער ווייט נישט גענוג געווען, און אין די שבתים וימים טובים הערשט אן אומגעהויערער געדרענג אין ביהמ"ד, ובעיקר אין די ימים נוראים און ימים טובים ווען צוליב מאנגל אין פּלאץ אין ביהמ"ד האט די קהלה ארויסגעדינגען דעם זאל פון בית רחל דסאטמאר, וואס דאס ארויסגיין פון ביהמ"ד צו דאווענען אין א געדינגענעם לאקאל איז געווען א היבשע אפּקומעניש.


דעריבער האט די הנהלת הקהלה אין די טעג אונטערגענומען דעם מאסיוון בוי פּראיעקט צו פארגרעסערן דעם ביהמ"ד, וואס דער גאנצער בנין הביהמ"ד פון אינענווייניג ווערן גענצליך אויסגעליידיגט און איבערגעמאכט פונדאסניי כליל בהדרו, און בלויז דער דרויסענדיגער געבוי פונעם בנין וועט פארבלייבן ווי ביז יעצט, לויט די יעצטיגע פּלענער וועט מען פארברייטערן דעם ביהמ"ד פון אלע דריי זייטן מערב - דרום און צפון, וואו מען וועט ארייננעמען דעם ליידיגן שטח נעבן ביהמ"ד און די אריינגענג אויף ביידע זייטן אלס טייל פון ביהמ"ד, אויך דעם יעצטיגן חדר שני אויף מערב זייט וועט ווערן אריינגענומען אלס טייל פונעם היכל הביהמ"ד והי' המשכן אחד, וואס אלעס אינאיינעם וועט ווערן אהערגעשטעלט א נייעם גרעסערן היכל וואס וועט אנטהאלטן ארום 600 זיץ פּלעצער צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור.


אזוי אויך וועט מען אויפברעכן דעם יעצטיגן דאך פונעם עזרת נשים און בויען א נייע הויכע דאך, און אויפ'ן פּלאץ פון עזרת נשים וועט מען אריינבויען א גאלעריע וואס וועט גענוצט ווערן אין די ימים נוראים און זמנים מיוחדים ווען עס איז דא א גרעסערער ציבור אין ביהמ"ד, און העכער דעם א שטאק וועט מען צובויען א נייעם גאלעריע פאר די עזרת נשים.


אין די יעצטיגע טעג האט מען פאקטיש שוין אנגעהויבן די העפטיגע בוי ארבייט, וואו מען וועט אנגיין מיט די ארבייט במשך דעם גאנצן זומער בעת כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין פראנקרייך, מיט א האפענונג צום אייבערשטען לברך על המוגמר אויף די קומענדיגע ימים נוראים תשפ"ו הבעל"ט, אז מען זאל קענען דאווענען מיט'ן רבי'ן שליט"א בהרחבת הדעת אינעם נייעם ביהמ"ד.

ree
ree
ree

תגובות


bottom of page