top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שִׂמְחוּ צַדִּיקִים: אלפי חסידים פייערליך מיטגעלעבט שמחת בית סקווירא - וויזניץ מאנסי - קאסאני

דינסטאג וירא • י"א חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

ברגשי גיל וחדוה האבן פילע טויזנטער חסידים ואנשי מעשה זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע רבי'שע חתונה בבית סקווירא - וויזניץ - קאסאני - שאץ, וואס איז געפראוועט געווארן בקול צהלה ורינה ובהמון חוגג אינעם גיגאנטישן ראקלענד קאמיוניטי קאלעדזש אין מאנסי. עס איז געגאנגען אונטער די חופה די חתן א זון פון הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' פנחס שלום ראטטענבערג שליט"א אב"ד קאסאן מאנסי, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאסאני שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל.

נאכמיטאג איז פארגעקומען די מעמד הכוללות קוויטל ווי עס איז איינגעפירט אין וויזניץ, ביי וועלכן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט משמיע געוועהן דברי התעוררות כהכנה דרבה און געגעטן פון די חסידים מכבד צו זיין און שיין אויפנעמען די געסט באזונדער האט דער רבי מעורר געוועהן אז מען זעהט איינעם כאפן בילדער זאל מען זיך באגיין בדרכי נועם און חלילה נישט הייבן קיין הענט. ארום פיר אזייגער איז דער זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אריינגעקומען צום קבלת פנים אינאיינעם מיט'ן חתן און מחותנים און א קארצע צייט דערויף איז אריינגעקומען די גרויסע זיידע כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות, ניגוני בית וויזניץ און סקווירא.

 מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן די פעטער הגה"צ רבי יחזקאל מייזליש אב"ד אוהעל וויליאמסבורג, בדחנא דמלכא ר' שרגא ראזמאן האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין זייענדיג מעורר זכות האבות הקדושים שרפי מעלה, נאכ'ן אנטון די קיטל פאר'ן חתן איז מען אריבער צום באדעקן אין די צווייטע זאל און דערנאך איז מען אנגעקומען צום מעמד החופה ביים גרויסן שטח פארנט פונעם זאל.

 מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער סקווערער רבי, עדי קידושין הגה"צ רבי חיים פייוויל שנעהבאלג אבד"ק קהל אברכים מאנסי און הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער דומ"ץ שיכון סקווירא, קריאת הכתובה די פעטער מצד הכלה הגה"צ רבי יחזקאל דייטש אב"ד מקור חיים ברכות ראשונות די זיידע כ''ק אדמו''ר מקאסאני שליט''א, און ברכה אחריתה די זיידע כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. נאכן חופה האט מען זיך געוונטשן מזל טוב און ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים און דער זיידע די סקווירא רבי האט מאציל געוועהן מברכת קדשו פארן ציבור, זייענדיג מזכיר זכותו הגדול פונעם בעל הילולא ראש שושלתא קדישתא דער הייליגער מאור עיניים.

א קורצע צייט דערויף איז דער סקווערער רבי אריבערגעפארן צום יחוד שטוב, און געוואונטשן מזל טוב פאר חתן כלה, און דערנאך אהיימגעפארן לביתו נאווה קודש אין סקווירא שטעטל און געדאוונט מעריב.

בשעה 7:00 איז די זיידע דער וויזניצער רבי ערשינען אינעם גרויסן זאל ווערנדיג ענפאנגען מיט ניגוני שמחה ווען די ציבור הייבט זיך בריקודין עילאין, דערנאך איז אריינגעקומען די חתן און מען האט זיך אויפגעשטעלט אויף א פרייליכע ריקוד אויפן אויבן אהן, א קורצע צייט דערויף איז דער סקווירא רבי ערשינען אינעם גרויסן זאל לקול צהלה ורנה פון די טויזנטער חסידים וואס האבן איבערגעפילט דעם זאל און מיטגעלעבט די שמחה מיט פייערליכע עקסטאז, די רבי האט דערביי מעודד געווען די ריקודין פאר א לענגערע צייט, במשך די שמחה האבן מהנה געוועהן די קאפעליע אנגעפירט דורך די חברי המשוררים פון ביידע חצרות סקווירא און וויזניץ.

דערנאך האבן זיך די אדמורי"ם געוואשן צו די סעודה, און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, בשעתן סעודה האט מען זיך אויפגעטשעלט אויף א צווייטער טאנץ בהתרוממות עילאה, שפעטער איז דער עולם אריבער וואונטשן לחיים פאר די רביים א לענגערע צייט, בעת מען האט ממשיך געוועהן די ריקודין לכבוד שמחת חתן, ווי די חסידים פון די חצרות הקודש, און די מתפללים פון די קאסאני בתי מדרשים, ידידים ומעריצים האבן זיך מיטגעפריידט מיט די געהויבענע שמחה.

בעפאר ברכת המזון האט דער בדחן אויסגערופן די דרשה-געשאנק דורך די זיידעס און מחותנים. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן די עלטער פעטער משני הצדדים כ"ק האדמו"ר משאץ מאנסי שליט"א, ברכות ראשונות די פעטער הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, און ברכה אחריתא די פעטער הגה"צ רבי משה שמואל ראטענבערג אבד"ק קאסאני וויליאמסבורג.

דערנאך איז פארגעקומען די געהויבענע מצוה-טענץ, צוערשט האט בדחנא דמלכא ר' ישראל אדלער פון ארץ ישראל אויפגערופן די זיידע די קאסאני רבי צו די ריקודין קדישין לפני הכלה, דערנאך האט מען בחרדת קודש צוגעטרעטן צו די עבודת הקודש פון מצות הריקודין דורכ'ן גרויסן זיידע דער סקווערער רבי שליט"א, דער בדחן ר' ישראל אדלער האט מיט פאסיגע דברי חרוזין ארויסגעברענגט די שמחה מיטן מחנך זיין די נייע ביהמ"ד און די קבלות טובות בעניני תפילה וואס כל הקהל הקודש האט זיך אוטערגענומען, און דערמאנט זכותו הגדול פונעם זיידן די הייליגע מאור עיניים בעל ההילולא, בעפאר די ריקודי קודש האט מען געזינגען די ניגון הזכירו לכבוד די יארצייט און דאן איז די רבי אראפ אין צענטער פונעם זאל זיך ארויסלאזנדיג אין פלאם פייערדיגע טענץ לפני הכלה און דערנאך מיט'ן חתן און די מחותנים, דערנאך האט זיך די רבי אוועקגעזעצט און ווייטער מעודד געווען די ריקודין און געקלאטשט מיט גרויס התלהבות.

דערנאך זענען געטאנצן לפני הכלה די פעטער'ס הגה"צ רבי בערל טויב אב"ד נעשכיז, כ"ק האדמו"ר משאץ מאנסי און הגה"צ אב"ד אוהעל וויליאמסבורג, דאן האט מען צוגעטרעטן צו די מצוה-טאנץ פונעם מחותן הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער שליט"א, וועלכע האט זיך אויך ארויסגלאזט אין א דערהויבענער ריקוד מיט אביו הגדול די וויזניצער רבי און מיט חותנו הגדול די סקווירא רבי, דערנאך איז געשאפן געווארן א מחול לצדיקים ווען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א זענען געטאנצן אינאיינעם, די סקווירא רבי איז געטאנצן מיט די פלאמעניק די וויזניצער רבי, באזונדער מיט די פלאמעניק די קאסאני רבי, אויך איז פארגעקומען א א שיינעם ריקוד פון די בני משפחת המלוכה מיט די זיידעס האדמורי"ם שליט"א.

דערנאך האט מען אויסגערופן די אבי הכלה הרה"צ ר' פנחס שלום ראטטענבערג שליט"א אב"ד קאסאן מאנסי, דערנאך זענען די ביידע מחותנים געטאנצן מיט הרה"ח ר' בנימין ווערצבערגער משמש בקודש ביי אדמור"י בית וויזניץ און מיט שלוחי דרבנן הרה"ח ר' מאיר פרוש הי"ו פון ירושלים.

דאן האט מען אויסגערופן די זיידע דער וויזניצער רבי וועלכע האט מיט א פלאם פייער אפגעראכטן די ריקודין קדישין לפני הכלה, וינעו אמות הסיפים, און דערנאך געטאנצן מיט די חתן און מחותנים, דערנאך מיט די קינדער און אייניקלעך יוצאי חלציו. נאך די מצווה טאנץ איז די זיידע די סקווירא רבי אהיימגעפארן לביתו נאווה קודש און די חסידים זענען אראפ טאנצן אין צענטער פונעם זאל, ווי עס איז שווער געווען זיך אפשיידן פון די געהויבענע שמחה, עס איז שוין געווען נאך צוויי דרייסיג ביינאכט ווען די ציבור האט זיך צושפרייט מלא וגדוש מיט השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.

במשך די שמחה האבן זיך משתתף געווען האדמורי"ם מוויזניץ פון קאיימישע, וויליאמסבורג, און בארא פארק, האדמורי"ם מראחמיסטריווקא פון בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי און ספרינג וואלי, סקווירא פון בארא פארק, סטאניסלאוו, זוועהיל, בארניב, פארשעי, בלאזוב ריבאטיטש, דעעש, שאץ, לויעוו טשערנאביל פארשעי, נצח מנחם ספינקא, באניא, גאב"ד סאטמאר בארא פארק, אבד"ק ראחמיסטריווקא מאנסי, אב"ד פאפא מאנסי, נשיא מוסדות סקווירא בארא פארק, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, אב"ד באבוב 45 מאנסי, הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג בן האד' מסאטמאר, הרה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אב"ד וויזניץ אלעד, הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ און נאך.





























































Commenti


bottom of page