בחלום אדבר בו: האד' מגור מגלה איבער פלא'דיגער חלום מיטן פעטער הרה"ק בעל 'בית ישראל' מגור זי"ע
- בחצרות הקודש
- 10 בנוב׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 11 בנוב׳ 2024
זונטאג וירא • ט' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין די טעג ווערט צווישן גערער חסידים באקאנט א איבער א וואונדערליכער חלום וואס כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט געהאט מיט'ן פעטער הרה"ק בעל בית ישראל מגור זי"ע.
די געשיכטע איז פארפענטליכט געווארן פאר די חסידים דורכ'ן רבי'נס זון הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א, ביי א כינוס מחזק צו זיין דעם לימוד "מזומנים", די גרויסע תורה רעוואלוציע וואס דער גערער רבי האט געשאפן אינערהאלב חצר הק' גור, ווען טויזנטער חסידים, בעה"ב, כולל יונגעלייט, בחורים און אפילו די תלמוד תורה קינדער, זענען קונה און פארהערן זיך טויזנטער בלעטער גמרא בעל פה.
רבי נחמי' האט דערביי דערציילט אז מיט עטליכע וואכן צוריק האט דער טאטע דער רבי שליט"א פאררופן א כינוס רבתי מחזק צו זיין דעם לימוד המוסר, און מ'האט דאן זוכה געווען אז דער רבי האט מפאר געווען בראש, און האט גאר שטארק מחזק געווען דעם התרוממות לימוד המוסר צווישן ציבור.
האט רבי נחמי' אצינד דערציילט אז דעם רבי'נס שטארקע התעוררות צום ציבור איבער לימוד המוסר, קומט אין ליכט פון א חלום פלא וואס ער האט געהאט, ווען דער בית ישראל איז צו אים געקומען אין חלום, און ער האט געפרעגט דעם בית ישראל וואס ער האלט איבער'ן לימוד "מזומנים"? האט דער בית ישראל געענטפערט "מזומנים איז א גוטע זאך, אבער מ'דארף עוסק זיין אויך אין יראת שמים".
הדבר יצא מפי המלך, האט דער גערער רבי אויף דעם ארויף תיכף ומיד אנגעהויבן מיט די עבודת הקודש און געשאפן די פרישע התעוררות צווישן די חסידים צו מרומם זיין לימוד המוסר, וואס איז שטארק אויפגעארבעט געווארן מיט פרישע חבורות און סדרי הלימוד, אין וואס די טויזנטער גערער חסידים זענען אנגעשלאסן.
תורה ויראה במקום אחד
Comments